לייב קוויטקא
לייב קוויטקאָ (רוסיש: Лев (Лейб) Моисеевич Квитко, לעוו מויסיעוויטש קוויטקא; 15טן אקטאבער 1890 – הינריכטעט 12טן אויגוסט 1952) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער.
געבורט |
15 אקטאבער 1890 אוקראינע | |
---|---|---|
טויט |
12 אויגוסט 1952 (אלט 61) מאסקווע, סאוועטן פארבאנד | |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד | |
ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל האָלאָסקאָוו פון דער פּאָדאָליער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – די כמעלניצקער געגנט פון אוקראַיִנע). ער האָט ניט געוווּסט גענוי זײַן געבורטס-דאַטע און געהאַלטן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אומגעפער ערגעץ אין 1893 – 1895. אין זײַנע אָפיציִעלע דאָקומענטן אָבער איז געשטאַנען די דאַטע – דעם 11טן נאָוועמבער 1890 (לויטן יוליאנישן קאלענדאר). לייב קוויטקאָ איז פרי געבליבן אַ יתום און געוואַקסן בײַ דער באָבען. ער האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און נאָך ייִנגלווײַז אָנגעהויבן אַרבעטן. שוין אין די קינדער-יאָרן האָט ער געשריבן לידער. זײַן ערשטע פּובליקאַציע געווען אין מײַ 1917 אין דער קיִעווער צײַטונג "דאָס פרײַע וואָרט". אין דעם זעלבן יאָר איז אין קיִעוו דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג "לידעלעך". באַרימט געוואָרן אַדאַנק זײַן פּאָעמע "אין רויטן שטורעם", געווידמעט דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. די פּאָעמע איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין דער קיִעווער צײַטונג "דאָס ווארט" נאָוועמבער 1918. אַזעלכע שורות פון איר, ווי "מיר צעקריגטע שוין מיט טאַטעס,/ מיר פאַרברענען אַלטע שמאַטעס..." האָבן אָפּגעשפּיגלט שטימונגען פון אַ באַדײַטנדיקער טייל ייִדישער יוגנט.
אין 1919 איז אין קיִעוו דערשינען די צווייטע לייב קוויטקאָס לידער זאַמלונג "די טריט" און אין 1921 אין דער זעלבער שטאָט – זײַן דריטע זאַמלונג "ליריק. גײַסט". אין יענעם פּעריִאָד איז לייב קוויטקאָ געווען באַנאַנד מיט דוד האָפשטיין און פּרץ מאַרקיש איינער פון די פירנדיקע דיכטער פון דער ליטעראַטור-פאַרייניקונג, באַוווּסטער אונטערן נאָמען "די קיִעווער גרופּע". אין 1921 האָט ער עמיגרירט פון סאָוועטישער אוקראַיִנע אין דײַטשלאַנד. ער האָט געלעבט אין בערלין און שפּעטער – אין האַמבורג, זיך געדרוקט סײַ אין מערבדיקע (קודם-כל אין די זשורנאַלן "מילגרוים" און "צוקונפט"), סײַ אין סאָוועטישע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. אין דײַטשלאַנד איז לייב קוויטקאָ געוואָרן אַ מיטגליד פון דער אָרטיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
אין 1925 האָט ער זיך אומגעקערט אין סאָוועטישער אוקראַיִנע און איז געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ליטעראַטור-אַסאָציִאַציע "אָקטאָבער" און אַ מיטגליד אין רעדקאָלעגיע פונעם זשורנאַל "די רויטע וועלט". קאָנפליקטן מיט סאָוועטישע קאָמוניסטן און מיט דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור-קריטיק האָבן געצוווּנגען דעם דיכטער פאַרלאָזט די רעדקאָלעגיע פון דעם זשורנאַל. ער האָט זיך פאַרנומען אַלץ מער און מער מיט שאַפונג פאַר קינדער. איבערזעצונגען אין רוסיש און אוקראַיִניש האָבן אים געבראַכט אַ שם פון איינעם פון די פּאָפּולערסטע סאָוועטישע קינדער-דיכטער. אין 1936 האָט ער זיך איבערגעצויגן פון אוקראַיִנע קיין מאָסקווע. אין 1939 איז לייב קוויטקאָ געוואָרן אַ מיטגליד פון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
בעת דער מלחמה צווישן דײַטשלאַנד און דעם ראַטנפאַרבאַנד איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פונעם פּרעזידיִום פון דעם ייִדישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט און אַ מיטגליד אין רעדקאָלעגיע פון זײַן צײַטונג "אייניקייט". אין 1947 – 1948 האָט ער רעדאַגירט דעם ליטעראַטור-אַלמאַנאַך "היימלאַנד".
דעם 23 יאַנואַר 1949 איז לייב קוויטקאָ אַרעסטירט געוואָרן דורך נ.ק.וו.ד. ער איז באַשולדיקט געוואָרן צוזאַמען מיט אַנדערע אָנפירער פונעם ייִדישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט אינעם פאַראַטן דעם ראַטן-פאַרבאַנד אין די ראַמען פון דער אַנטי-סעמיטישער קאַמפּאַניע פונעם סוף 40ער - אָנהייב 50ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט. דעם 12טן אויגוסט 1952 האָט מען דעם דיכטער דערשאָסן אין מאָסקווע.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- לייב קוויטקאָס לידער אין דער צײַטונג "פאָרווערטס"
- לייב קוויטקאָס אַ ליד
- וועלוול טשערנין, "אַ ווידוי פון אַ חזירל": וועגן לייב קוויטקאָס לידער פונעם סוף 30ער יאָרן (אויף רוסיש)
- דאָקומענטן פונעם "ענין פון דעם יידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט" (אויף רוסיש)
- באָריס סאַנדלער, אויגוסט 12, 1952, דער שוואַרצער טאָג אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור (ארכיווירט 09.10.2015 ביי דער Wayback Machine)