דוד אשכנזי
דוד אשכנזי (רוסיש: Ашкенази Давид Владимирович) (25סטן דעצעמבער 1915 - 19טן פעברואר 1997) איז געווען א רוסישער-יידישער פיאניסט און קאנצערטמייסטער.
געבורט |
25 דעצעמבער 1915 רוסלענדישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
19 פעברואר 1997 (אלט 81) מאסקווע, רוסלאנד | |
מדינה | רוסלאנד, סאוועטן פארבאנד | |
אשכנזי איז געבוירן געווארן דעם 25סטן דעצעמבער פון יאר 1915 אין ניזשני נאווגאראד, אמאליקע רוסלענדישע אימפעריע.
ער האט זיך געלערנט אין דער ארטיקער מוזיק-שולע,דערנאך אין דער מאסקווער קאנסערוואטאריע. ער איז באווווסט געווארן איבער זיין מייסטערשאפט פון פיאנע-אקאמפאנירן אזוינע סאוועטישע זינגער ווי ראשיד בייבוטאוו,איזע-בעלע יוריעווע,קלאוודיא שולזשענקא,ליודמילא זיקינא,יוסף קאבזאן און אנדערע. ער האט רעקארדירט פיל יידישע לידער מיט מארינע גארדאן און מארינע בוכינע. זיין זון וולאדימיר אשכנזי איז א וועלט-בארימטער קלאסישער פיאניסט און דיריגענט, א געוועזענער סאוועטישער פאליטישער פליט. שוין נאך דער פאליטישער איבערבויונג און רעוואלוציע אין ראטנפארבאנד אין 1991,האט דוד אשכנזי געקראגן אין 1996 דעם ערן-טיטל פון א פאלקס-ארטיסט פון רוסלאנד.
אשכנזי איז געשטארבן דעם 19טן פעברואר פון 1997 אין מאסקווע,רוסלאנד.