קארפאטן בערג

בערגקייט אין אייראפע
(אַריבערגעפֿירט פון קארפאטישע בערג)

47°0′N 25°30′E / 47.000°N 25.500°E / 47.000; 25.500

טאטרא בערג, מערב קארפאטן, פוילן
סאטעליט בילד פון די קארפאטן

די קאַרפאַטן בערג אדער קאַרפאַטן (פויליש, טשעכיש און סלאוואקיש: Karpaty) זענען א בארגקייט וואס שאפן א בויגן לאנג בערך 1,500 ק"מ איבער צענטראל און מזרח אייראפע; זיי זענען די צווייטע לענגסטע בארגקייט אין אייראפע, נאך די סקאנדינאווישע בערג, לאנג 1,700 ק"מ. זיי באזארגן דעם וואוין פאר די גרעסטע אייאפעישע באפעלקערונג פון ברוינע בער, וועלף, זאמש און ווילדע קעץ, מיט די גרעסטע קאנצענטראציעס אין רומעניע, ווי אויך א דריטל פון אל פלאנצן זגאלן אין אייראפע. אויך געפינען זין אין די קארפאטן און זייערע פארבערג א סך מינעראל-וואסערן. די דרום קארפאטן זענען דער גרעסטער באוועלדערטער שטח אין אייראפע.

די קארפאטן ציען זיך אין א בויגן פון טשעכיי (3%) אין דרום־מערב, אריבער סלאוואקיי (17%), פוילן (10%), אונגארן (4%) און אוקראינע (11%) ביז רומעניע (53%) אין מזרח און ווייטער צו די אייזערנע טויערן אויפן דוניי צווישן רומעניע און סערביע (2%) אין דרום. די העכסטע קייט אינערהאלב די קארפאטן איז די טאטרא, אויפן גרענעץ צווישן פוילן און סלאוואקיי, וואו די העכסטן שפיצן שטייגן איבער 2,600 מעטער.

די וויכטיקסטע שטעט אין אדער נאנט צו די קארפאטן זענען: פרעשבורג און קאשוי אין סלאוואקיי; קראקע אין פוילן; קלויזנבורג, הערמאנשטאט און בראשאוו אין רומעניע; און מישקאלץ אין אונגארן.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

שטעט און שטעטלעך

רעדאַקטירן

בארג-דורכגאנגען

רעדאַקטירן

אינעם ראמענישן טייל פון דער הויפט קייט פון די קארפאטן, זענען די חשוב׳סטע בארג-דורכגאנגען (אנהייבן פונעם אוקראינישן גרענעץ ): דער פריסלאפ דורכגאנג, ראדנע דורכגאנג, בארגא דורכגאנג, טולדזשעזש דורכגאנג, ביקאז קאניאן, פרעדעאל דורכגאנג, וואולקאן דורכגאנג און די אייזערנער טויערן.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קארפאטן בערג