באריסלאוו
שטאט אין מערב אוקראינע
|
באריסלאַוו (אוקראיניש: Борислав; פּויליש: Borysław) איז א שטאט פלאצירט אויפן טיסמעניץ טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 32,040 (אין 2022).
פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געאגראפיע
רעדאַקטירןבאריסלאוו געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 74 ק"מ דרום־מערב פון לעמבערג, 34 ק"מ מערב פון סטרי און 10 ק"מ דרום־מערב פון דראהביטש.
יידישע היסטאריע
רעדאַקטירןאין 1900 האבן געוואוינט אין באריסלאוו 5,950 יידן.[1] ביז 1928 איז באריסלאוו געווען א טייל פון דער דראהביטשער קהילה.[2] פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן געוואוינט אין דער שטאט עטלעכע 13,000 יידן.
באקאנטע מענטשן פון באריסלאוו
רעדאַקטירן- שבח ווייס (געב' תרצ"ה), ישראלישער פאליטיקער
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
באריסלאוו