שמשון אהרן פאלאנסקי
הרב שמשון אהרן פאלאנסקי מטעפליק (באוואוסט ווי דער טעפליקער רב; תרל"ו, 1876 - כ"ח סיוון תש"ח, יולי 1948) איז געווען אן אנזיכטיגער פוסק אין ירושלים און דער רב פונעם בית ישראל פערטל.[1]
געבורט |
1876 ה'תרל"ו טשערקאס, קיעווער גובערניע | |
---|---|---|
טויט |
יולי 1948 (אלט 72 בערך) כ"ח סיון תש"ח ירושלים | |
קבורה ארט | סנהדריה בית עולם | |
מדינה | ישראל | |
טעטיקייט ארט | ירושלים | |
אמטן |
טעפליקער רב רב פון בית ישראל פערטל | |
לעבנס-געשיכטע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין דעם טשערקאסער ראיאן , קיעווער גובערניע, אין דעם תחום המושב פון דער רוסלענדישער אימפעריע, צו אסתר רייזל און יצחק אברהם פון קליינבלאט. אויף זיין מצבה שטייט געשריבן אז ער איז געווען פון דער גזע פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק בערדיטשעווער און רבי נחום טשערנאבלער. זיין פאטער איז געווען א מקורב פון דעם טאלנער רבי. ער האט געלערנט ביי הרב שמואל אברהם בלאכמאן, וועמען מ׳האט גערופן רבי אלטער קאנסטאנטינער. ער האט געהייראט מרים טאכטער פון רבי מרדכי קאנסטאנטינער.
ווען ער איז געווען אלט צוואנציג יאר האט מען אים באשטימט רב פונעם שטעטל מעדווין, קאנעווער דיסטריקט, קיעווער גובערניע, וואו ער האט געדינט פינף יאר. אין יאר תרס"א איז ער געווארן רב פונעם שטעטל טעפליק אין פאדאליע, וואו ער איז געבליבן 21 יאר.
אין ווינטער תרפ"ב איז ער געקומען אין קעשענעוו צווישן די פליטים פון די פאגראמען פון פעטליארע און דעניקין, און ער איז געווארן ראש ישיבה פון דער קעשענעווער ישיבה. אין יאר תרפ"ה (1925) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און צוויי טעכטער. הרב יוסף חיים זאנענפעלד האט באקומען פאר אים א סערטיפיקאט, און ווען ער איז אנגעקומען האט ער אים ערליידידט א דירה אין א קעלער אין דעם בית ישראל געגנט, אין דעם חצר פון דעם ארטיקער "בית יעקב" שול. דארט איז ער געבליבן וואוינען ביז צו זיין לעצטן טאג.
הרב זאנענפעלד האט אויף אים באאיינפלוסט אז ער זאל אפזאגן א דיינות שטעלע ביים הויפט ראבינאט[מקור פארלאנגט]. ער האט געדינט ווי דער רב פון בית ישראל אין ירושלים, און אלס ראש ישיבה פון דער "רבינו חיים יוסף ישיבה", וואס ער האט אויפגעשטעלט אין יאר תש"ב. אין דער ישיבה האבן געלערנט צענדליגע יונגעלייט און בחורים מיט דער ציל צו ווערן "מורי הוראה".[2] לעבן דער ישיבה איז געווען א בית הוראה וואו ער האט געענטפערט שאלות וואס מ׳האט אים געפרעגט.
ער איז נפטר געווארן כ"ח סיון תש"ח, און אזוי האט דעמאלסט געהערשט די אומאפהענגיקייט מלחמה האט מען אים באגראבן אין דעם סנהדריה בית עולם. לעבן דעם שמואל הנביא געגנט אין ירושלים איז די שמשון פאלאנסקי גאס אויף זיין נאמען.
זיין אייניקל, רבי סיני האלבערשטאם פון זשמיגראד פאראייניגטע שטאטן, פירט יעדע יאר א יארצייט טיש. רבי סיני׳ס איידעם, הרב אלישע יונגרייז, האט געעפנט אין ירושלים דעם "טעפליקער כולל" אין זיין אנדענק.
זיין פערזענלעכקייט
רעדאַקטירןהרב פאלאנסקי האט געחתמעט אויפן איסור צו באטייליגן אין וואלן וואו פרויען האבן א רעכט צו וויילן און צו ווערן געוויילט, און אויך האט ער זיך געגעגנט צו דער היתר מכירה פאר שמיטה.[3] ער האט זוכה געווען צו הויכאכטונג פון רבנים פון אלע קרייזן. לויט א שפערדיקן מקור, האט דער ירושלימער רב, הרב הירש פסח פראנק נישט געפסקנט שווערע שאלות איידער ער האט געהערט די מיינונג פונעם טעפליקער רב, און הרב אברהם יצחק הכהן קוק האט געזאגט אויף אים אז ער איז דער "נומער איינס למדן אין ירושלים".[4] דער טעפליקער רב איז געווען פון די פארערער פון רב קוק, און האט געזאגט אז זיין תורה איז "תורת כנסת ישראל".[5]
זיינע תלמידים
רעדאַקטירןער איז געווען א באוואוסטער מומחה אין הלכות נידה. פיל רבנים אין ירושלים און פון די פוסקים פונעם נעקסטן דור האבן געטון שימוש ביי אים, צווישן זיי: הרב דוד יונגרייז, הרב שלמה זלמן אויערבך, הרב שמואל הלוי וואזנער, הרב ישראל יעקב פישער, הרב עובדיה יוסף, הרב יוסף שלום אלישיב, הרב בנימין מענדלזאן און הרב העניך פאדווא. זיינע מסורות און פסקים אין די הלכות פון מראות האבן געהאט א גרויסע השפעה אין דעם געביט.][6]
וועבלינקען
רעדאַקטירן- שמשון אהרן פולונסקי, דברי אהרן, ירושלים תש"ח, ביי HebrewBooks
- יוסף שאול אלישר, ויוסף שאול, ירושלים תש"ב, ביי HebrewBooks
- אשר זלקא ראנד (עורך), "מוסטער:תאש
- חוברת "עמוד ההוראה" שיצאה לזכרו בתש"ע (2010) (ארכיווירט 09.02.2015 ביי דער Wayback Machine), מתוך אתר שטייגן
- הרב מטעפליק והרב גרשון לפידות (ארכיווירט 03.03.2016 ביי דער Wayback Machine), אשכול מתוך פורום בחדרי חרדים
- קוים לדמותו ותשובה ממנו בהלכה, ישורון כרך ג', אלול תשנ"ז, עמ' תשמ"ו
- הרב הגאון ר' שמשון אהרן פולונסקי זצ"ל - הרב מטעפליק (ארכיווירט 17.12.2015 ביי דער Wayback Machine), "מגד ירחים" (עלון חודשי להנחלת משנת הראי"ה ומורשתו, גיליון 30 סיוון תשס"ב, עמ' 4
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ ראו: "ישורון", ג, עמ' תשמו. וכן בספר "ודרשת וחקרת", ג, עמ' קסט: "...שהגאון מטעפליק היה מורה ובא כן, וכידוע שהמנהג בירושלים עיה"ק בהוראה היא כהגאון הנ"ל"; ובספר "פותח שער", יח, כב: "הגאון מו"ה שמשון פאלאנסקי ז"ל מטעפליק שהייתה הוראתו מקובלת בירושלים"
- ↑ הפרדס, כז, עמ' 25–26. ראו גם: קובץ "תורת בית הוראה" שהוציאה הישיבה
- ↑ הרב אהרן יצחק זסלנסקי חיבר ספר בשם ונצדק קדש, המתפלמס בעיקר עם הרב קלמן כהנא ומצדיק את היתר המכירה, ובו גם התייחסויות לטענותיו של הרב מטפליק נגד ההיתר.
- ↑ הרב משה רבלסקי, ישיבת קישינוב, תל אביב תש"ך, עמוד 74. בספר "ירושלים של מעלה" מסופר שהחכם הספרדי רבי שלמה אליעזר אלפנדרי אמר עליו כשבא לבקרו: "זכיתי היום כי גדול מורי הצדק בא בצל קורתי" (מנחם מנדל גרליץ, ירושלים של מעלה, כרך ה, ירושלים תשמ"ג, עמ' 54
- ↑ קרובו הרב יצחק שילת, הרב הגאון ר' שמשון אהרן פולונסקי זצ"ל - הרב מטעפליק, "מגד ירחים" (עלון חודשי להנחלת משנת הראי"ה ומורשתו, גיליון 30 סיוון תשס"ב, עמ' 4
- ↑ לדברי הרב לוי רבינוביץ, מחבר ספר "מעדני השלחן" בהלכות נדה, "ניתן לומר שרוב מניין ובניין של גדולי מורי הוראה בישראל בדור האחרון הם תלמידים בהוראה של הגאון מטעפליק, במיוחד בהלכות יו"ד". (הוד קדומים: במחיצת הגאון מטעפליק, המבשר (יומון), מוסף תורני כ"ז בכסליו תשע"ה)