רבי ישעיה טווערסקי (געב' י"א חשוון תש"ה) איז דער היינטיגער טשערנאבילער רבי אין בארא פארק, ניו יארק.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי ישעיה איז געבוירן געווארן י"א חשוון תש"ה אין ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי, טשערנאבלער רבי, און זיין מוטער בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער בעלזער ישיבה. אין זיינע יונגע יארן פלעג ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב, רבי אהרן רוקח.

ער האט חתונה געהאט מיט לאה, א טאכטער פון הרב שלום מיכאלאוויטש האדמו"ר מבראד, א בן אחר בן פון רבי יצחק מראדוויל

די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה האט ער געוואינט אין א"י, ער איז געווען באוויסט מיט א דערהויבנקייט אין הצנע לכת ווי אויך האט זיין פאטער ארויסגעוויזן א גרויס נאנטשאפט. שנת תשל"ח האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע וואו זיין שווער הרב שלום מעכלאוויטש האט געוואוינט און איז אויך שנעל געווארן באוואוסט מיט זיין איידלקייט וואו ער האט געלערנט אין סקווירא כולל, און אויך געווען א מתפלל אין סאטמער בימ"ד, און אויך ביי זיין שווערס בימ"ד.

ווען זיין פאטער רבי משולם זוסיא איז נפטר געווארן י"ז מרחשון ה'תשמ"ח, האט ער איבערגעלאזט א צוואה אז אלע זיינע זין זאלן פירן רעביסטעוועס.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער איז ער געווארן באקרוינט ממשיך צו זיין די דינאסטיע אין אמעריקע וואו ער האט אויפגעשטעלט א קהילה וואו מבקשי השם געפינען דארט זייער מקום אין וואו אויך איז נתיסד געווארן אונטער זיין הדרכה הפרטית חבורות בחורים און אינגעלייט גערופען "חבורת מאירת עינים". ער האט אויך ממלא געווען דעם רצון פון זיין פאטער און געעפנט א ישיבה, און האט זי גערופן על שמו ועל זכרו פון זיין פאטער "ישיבה ומתיבתא עטרת משולם זוסיא".

ער האט אויפגעשטעלט א שטוב פון פיר זין מיט צען טעכטער:

  • רבי מרדכי, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת בת-שבע, טאכטער פון זיין פעטער רבי מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבילער רבי אין בני ברק
  • מרת רבקה מרים ווייב פון הרב יעקב אשכנזי, זון פון הרב אורי פון לאנדאן
  • מרת חיה דבורה ווייב פון רבי יעקב יוסף טווערסקי ראחמיסטריווקא רבי פון לינדען
  • מרת יוכבד, ווייב פון הרב אליעזר זוסיא פארטוגאל, אן אייניקל פון רבי ישראל אברהם פארטוגאל, סקולענער רבי.
  • מרת חנה יענטא, געווזענע ווייב פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, זון פון סקווערער רבי'ן. דאס פארפאלק האט זיך גע'גט כסלו ה'תשפ"א
  • מרת נחמה גיטל, ווייב פון הרב ישראל ראטטענבערג, זון פון רבי יהוסף בנציון, רב פון דער קאסאנער קהילה אין בארא פארק, (זון פון רבי משולם פון קאסאן, און איידעם פון רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי).
  • מרת שרה, ווייב פון הרב שמעי' יהודא פיש, זון פון רבי ישראל אליעזר, ביקסאדער רבי, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגע וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • מרת אסתר מינדל, ווייב פון הרב חיים מאיר, זון פון רבי נחמן יוסף טווערסקי, זון פון רבי וועלוויל זון פון הרה"ק רבי יוחנטשע פון ראחמיסטריווקא, און איידעם פון הרה"קר בי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • רבי אהרן,
  • רבי משה יהושע, איידעם פון הרב בעריש מייזליש רב "יטב לב" אין בארא פארק
  • רבי משולם זוסיא,