הרב ישראל אלטער
הרב ישראל אלטער (געבוירן כ"ה תשרי ה'תרנ"ו 1895 - ב' אדר ה'תשל"ז 1977) איז געוועזן גערער רבי פֿון ה'תש"ח (1948) ביז ה'תשל"ז (1977). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'בית ישראל'.
![]() | |
געבורט |
12 אקטאבער 1895 גער, פוילן ![]() |
---|---|
טויט |
20 פעברואר 1977 (אלט 81) ירושלים, ישראל ![]() |
מדינה |
ישראל ![]() |
קבורה ארט |
יידישע בית עולם פון הר הזיתים ![]() |
פאך |
רב, שרייבער ![]() |
![]() ![]() |
לעבענס געשיכטערעדאַקטירן
ער איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ה תשרי תרנ"ו (1895) צו זײַן פֿאטער דעם „אמרי אמת" און זיין מאמע ראדע יהודית ווען זײַן זיידע דער „שפת אמת" האט נאך געלעבט. ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון זייו פעטער הרב יעקב מאיר בידערמן, מיט וועמען ער האט געהאט צווי קינדער. די רביצין מיט אירע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע.
אין הת"ש איז ער אוועקגעפארן פון פוילן מיט זיין פאטער קיין ארץ ישראל.
ווען דער "אמרי אמת" איז אוועק האבן גערער חסידים אויפֿגענומען אים אלס רבי. ער האט ווידערגשטעלט דאס צעבראכענע חסידות אויף די פיס, ווי אויך האט ער געהאלפן אנדערע חסידות'ן.
זײַן ארבעט פֿארן ברייטערן צבוררעדאַקטירן
במשך די יארן תש"ח - תשל"ז, ווען דער רבי ישראל האט געפֿירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפֿירט עטליכע תקנות.
די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין בית ישראל (זקס בענדער).
צום לייענעןרעדאַקטירן
- פאר ישראל, הרב אהרן סוראסקי צוזאמען מיט הרב ברוך ווידיסלאווסקי, תשס"ב (דרײַ בענדער)
וועבלינקעןרעדאַקטירן
- היסטארישע ווידעא פון שריפת חמץ. [1]
- דאס אידישע ווארט, ניסן תשס״ב, ספעציעלע ביילאגע צו דער 25סטער יארצייט פונעם ״בית ישראל״, ביי HebrewBooks
פֿריערדיגער: הרב אברהם מרדכי אלטער "אמרי אמת" |
דער גערער רבי תש"ח - תשל"ז |
נאָכפֿאלגער: הרב שמחה בונים אלטער "לב שמחה" |