בנימין זאב הערצל

(אַריבערגעפֿירט פון הערצל)

בנימין זאב טעאדאר הערצל (דייטשיש: Theodor Herzl; אונגעריש: Herzl Tivadar‏; 2טן מײ, 1860 - 3טן יולי, 1904) איז געווען א דיפּלאָמאַט און א יידישער שרײַבער.

בנימין זאב הערצל
Theodor Herzl
Theodor Herzl.jpg
געבורט 2 מאי 1860
Q253094, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 יולי 1904 (אלט 44)
עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן, ציסלייטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר הרצל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט וויען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ווינער אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זשורנאליסט, אדוואקאט, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט פארזיצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Theodor Herzl signature.svg רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

ער איז דער ערפינדער פֿון פּאָליטישער ציוניזם און גרינדער פֿון דער אלװעלטלעכער ציוניסטישער באװעגונג.

ביאגראפיערעדאַקטירן

ער איז געבױרן געװאָרן אין בודאַפּעשט, צו זיין פאטער יעקוב און אנט, געלערנט יוריספּרודענץ אין װין, געשריבן דערצײלונגען, פֿעליעטאָנען און פּיעסעס.

צװישן - פֿון די יאָר 1891 ביז צו די יאָר 1895 איז ער געװען דער רעפּאָרטער פֿון די װינער צײַטונג "נױע פֿרײַע פּרעסע" אין פּאַריז. און אין יאר 1897 האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג "די וועלט".

אין 1896 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם העפֿט "ייִדנשטאַט" אין דײַטש און אָנגעהױבן זײַנע פּאָליטישע אָרגאַניזירונג אַקטיװיטעט.

אין אויגוסט 1897 האָט ער צונױפֿגעזאַמלט דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל װוּ די "באַזעל פּלאַן" איז אָנגענומען געװאָרן און די אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדט געװאָרן. פֿון דעמאָלט אָן איז ער געװען פֿאָרזיצער פֿון די קומענדיקע קאָנגרעסן.

ער האָט אָנגעפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן, רוסישן צאַר, דײַטשישן קײסער, דעם פּױפּסט און מיט דעם איטאליענישן קעניג.

פֿאַר זײַן ציוניסטישע צײַט, װערט הערצל באַטראַכט אַלס אַ ייִד װעלכער האָט געװאָלט פֿאַרראַטן זײַן פּאָלק דורך איבערפֿירן זײַ צום קריסטנטום. [פֿעלט אַ מקור]

נאך וואס הערצל איז נפטר געווארן אין 1905 ביים 7טן ציוניסטישן קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלס דער פירער פון דער ציוניסטישער באוועגונג.

משפחהרעדאַקטירן

ער מיט זיין ווייב יוליא נאשויער האבן געהאט דריי קינדערף פאלינא, האנס און טרודי.

 
וייב פון הערצל, ג'ולי
 
הערצל מיט די קינדער בײַם שרייַבטיש