דוד בן-גוריון

(אַריבערגעפֿירט פון דוד בן גוריון)

דוד בן־גוריון (געבוירן דוד יוסף גרין; 16טן אקטאבער 1886, י"ז תשרי ה'תרמ"ז - 1טן דעצעמבער 1973, ו' כסלו ה'תשל"ד) איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.

דוד בן-גוריון
דוד יוסף גרין
געבורט 16 אקטאבער 1886
קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 דעצעמבער 1973 (אלט 87)
רמת גן, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, אטאמאנישע אימפעריע, בריטישער מאנדאט, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי מפא"י
ווייב פאלא מאנווייס
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מיט אביגדור גרין אין יאר 1929 מיט דוד בן-גוריון און קינדערלך
דוד בן גוריון סנדק בברית מילה
בן-גוריון ביים פארליינען די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלאראציע

יונגע יארן

רעדאַקטירן

בן־גוריון איז געבוירן געווארן י"ז תשרי תרמ"ז (1886) דוד יוסף גרין אין פלאנסק, פוילן, דאן א חלק פון צאריסטישן רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור גרין און שיינדל (פרידמאן). זיין מוטער איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען צען יאר. זיין פאטער איז געווען אן אדוואקאט, און אן ענטוזיאסטישער מיטטיילער אין דער חובבי ציון ארגאניזאציע.

אין זיין יוגנט איז בן-גוריון שוין געווארן א שטארקער ציוניסט, און אין 1906 האט ער זיך געצויגן קיין פאלעסטינע. צוערשט האט ער געארבעט אין אגריקולטור אין די מאראנצן פעלדער און שפעטער איז ער געווארן א זשורנאליסט. אין יענער תקופה האט ער אנגעהויבן זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, און האט אנגענומען דעם נאמען בן-גוריון.

אין 1915 האבן אים די טערקן פארטריבן פון פאלעסטינע וועגן זיין רוסישע בירגערשאפט, און ער האט זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו ער איז ארומגעפאהרן אויפטון פארן ציוניזם, צוערשט אָן ערפאלג. אבער דאן האט ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער אויף יודיש, (זעט ווײַטער "זיינע ווערק"), וועלכע האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג ביים אמעריקאנישעם יודנטום. אין ניו יארק האט ער זיך אנגעטראפן מיט פּאָלאַ מאנווייס מיט וועמען ער האט דערנאך חתונה געהאט און געהאט מיט איר דריי קינדער.

אין 1918 האט ער זיך אָנגעשלאסן אין דעם 28סטער באטאליאן פון דעם יידישן לעגיאן פון דער בריטישער ארמיי. ער האט זיך צוריקגעקערט קיין פאלעסטינע נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען דאס לאנד איז שוין געווען איינגענומען דורך די בריטישע.

אין דער ציוניסטישער פירערשאפט

רעדאַקטירן

בן-גוריון האט זיך טיף אריינגעטון אין פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן אן אנגעזעענער פירער פון ארבעטער ציוניזם, וואס איז שפעטער געווארן די דאמינירנדע פראקציע אין ציוניזם. ער איז געווען שטארק אנטקעגן די אקטיוויטעטן פון די עקסטרעמע גרופעס אצ"ל (באקאנט אלץ דער ״אירגון״) און לח״י, וועמען ער האט גערופן טעראריסטישע גרופעס פאר זייער דורכפירן געוואלדטאטן קעגן די ענגלישע וואס האט אויך געברענגט פיל ציווילע קרבנות.

אין 1948, כאטש עס איז געווען שטארקע קעגנערשאפט אפילו פון זיין אייגענעם פארטיי, האט ער דורכגעפירט די רעזאלוציע צו גרינדן מדינת ישראל מיט שטימען פון זעקס קעגן פיר לויט דעם צוטיילונגס פלאן פון די פאראייניגטע פעלקער.

מיטן אויפקום פון דער מדינה האט ער געהייסן גרינדן די ישראל'ישע ארמיי, דער צבא הגנה לישראל (צה"ל), און פארבאטן דאס עקזיסטענץ פון אנדערע באוואפנטע גרופעס. דאס האט געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען מיט מנחם בעגין דער פירער פון דעם אירגון. ווען בעגין האט געברענגט א שיף פול מיט וואפן, דער אלטאלענא, האט בן-גוריון באפוילן דאס איבערגעבן פאר'ן ניי געבוירענעם צה"ל. בעגין, וועלכער איז געווען אויפן שיף, האט מסכים געווען איבערצוגעבן אכטציג פראצענט פון די וואפן, און די איבריגע פאר די אצ"ל קעמפער פון ירושלים, דאס איז וויבאלד ישראל האט נאך נישט איינגענומען ירושלים, און איר צוקונפט איז נאך נישט געווען קלאר, און בן-גוריון האט באפוילן באמבארדירן די שיף, טראץ דעם אפמאך וואס די אצ"ל האט פון פריער געהאט מיט דער ארמיי. זעכצן יידישע מיטגלידער פון דעם אירגון זענען אומגעקומען. בעגין אליין איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער ער האט דערנאך נאכגעגעבן און אנגעשלאסן זיינע קעמפערס מיטן צה"ל.

אלס פרעמיער מיניסטער

רעדאַקטירן

בן-גוריון האט געפירט מדינת ישראל אין דער קריטישער תקופה פון דעם זעלבשטענדיגקייט קריג, וועלכער האט זיך געצויגן פון נאוועמבער 1947 ביז מערץ 1949. נאכ'ן קריג איז ער געווארן אויפגענומען אלץ פרעמיער מיניסטער און געפירט די מדינה אין אירע יונגע יארן.

אין 1953 האט ער דערקלערט אז ער ציט זיך ארויס פון דער פרעמיערשאפט זיך צו באזעצן אין קיבוץ שדי בוקר אין דער נגב. אין 1955 איז ער אבער צוריקגעקומען צו דער פרעמיערשאפט און געדינט ביז 1963. ער איז ווייטער פארבליבן פארמישט אין פאליטישע ענינים ביז ער האט זיך אנטזאגט פון דעם אין 1970. זיינע לעצטע יארן האט ער פארברענגט אויף זיין קיבוץ, שטודירנדיג שפינאזא און בודהיזם.

אויף זיין נאמען זענען גערופן בן-גוריון פליפארט און דער בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב.

ער איז געשטארבן דעם 1טן דעצעמבער, 1973.

בן-גוריון מיט זיין ווייב פאלא מאנווייס האבן געהאט דריי קינדער, גאולה (בן אליעזר), עמוס, און רננה (לשם).

זיינע ווערק

רעדאַקטירן


וועבלינקען

רעדאַקטירן


פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-)