מסעות ירושלים
מסעות ירושלים איז א ספר אויף לשון הקודש געשריבן דורך רבי משה גאלדשטיין איבער די נסיעה פון רבי חיים אלעזר שפירא פון מונקאטש קיין ארץ ישראל, ארויסגעגעבן דורך די ישיבה דרכי תשובה אין מונקאטש אין יאהר תרצ"א וואס די הכנסות זענען געגאנגען פאר זיי.
ער האט אויך צוגעלייגט א מאמר חיות אש וואו ער באשרייבט דעם סבא קדישא רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי, וואס איהם צו טרעפן איז געווען איינע פון די הויפט ציהלן פארוואס דער מנחת אלעזר האט אונטערגענומען די נסיעה.
אינעם דרוק פון תשנ"ט איז בייגעלייגט געווארן דער קונטרס ימות המשיח.
הסכמותרעדאַקטירן
- די חברי הבי"ד פון מונקאטש: רבי דוד שליסעל, מאיר זאב זאלצער, מנחם ווייס און חיים סופר.
- רבי יצחק צבי לעבאוויטש פון טשאפ
- בן ציון וועזעל פון טארדא
- הילל וויינבערגער פון דונא סערדאהעלי
- שלמה צוקער פון האלאס
- רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון דינוב, צום דרוק פון תשנ"ט לכבוד זיין זוהן'ס חתונה
דרוקסאגראפיערעדאַקטירן
יודישע אויסגאבערעדאַקטירן
עס איז אויך ערשינען א איבערזעצונג דערפון אויף די יודישע שפראך מיט בילדער פון די נסיעה.