יאזעף סטאלין

(אַריבערגעפֿירט פון זשאזעף סטאלין)

יאסיף וויסאריאנאוויטש סטאלין (רוסיש: Иосиф Виссарионович сталин) (כ"ב כסליו ה'תרל"ט ; 18טן דעצעמבער 1878 אין גארי, גרוזיע - י"ח אדר ה'תשי"ג ; 5טן מערץ 1953), געבוירן יאסעב בעסאַריאניס דזשע יוגאַשווילי, איז געווען א גרוזישער פאליטיקער וואס איז געווארן דער צווייטער געוועלטיקער אויף דעם סאוועטן פארבאנד צווישן די יארן פון ארום ה'תרפ"ב ; 1922 ביז זיין שטארבן אין יאר ה'תשי"ג ; 1953. ער האט איבערגענומען די פֿירערשאפֿט פונעם סאוועטן פֿארבאנד פון וולאַדימיר לענין. זיין מאדע פון הערשאפט ווערט היינט גערופן סטאליניזם.

יאזעף סטאלין
იოსებ ბესარიონის ძე ჯუღაშვილი
געבורט 18 דעצעמבער 1878
גארי, גרוזיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 מערץ 1953 (אלט 74)
קונצעווא דאטשע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, רוסלענדישע סאציאליסטישע פעדעראטיווע סאוועטן-רעפובליק, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
סטאלין דינאסטיע
פאטער בעסאריאן דזשוגאשווילי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוטער קעטעוואן געלאדזע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
2טער הערשער איבער ראטנפארבאנד (אלגעמיינער סעקרעטאר פון דער קאמוניסטישער פארטיי פון דער פֿסס״ר)
19221953
(בערך 31 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער ווערט פארעכענט פון די גרעסטע מערדער אין דער מאדערנער וועלט, אינאיינעם מיט היטלער, אונטער זיין רעזשים זענען געהרגט געווארן איבער צוואנציג מיליאן מענטשן.

ביז 1937 האט ער שוין געהאט פיר דאטשעס, איינער נישט ווייט פון סאטשי.

סטאלין האט אינוואדירט פוילן אום 18טן סעפטעמבער 1939. דערנאך, ביי דער צווייטער וועלט־מלחמה, האט ער געמאלדן נייטראלקייט, אבער האט אונטערגעחתמ׳עט א שלום־אָפמאַך מיט אדאלף היטלער, פירער פון נאצי דייטשלאנד. ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט דעם סאוועטן־פארבאנד האט סטאלין געפירט א בלוטיקע קריג. נאך דער מלחמה האט סטאלין גענומען קאנטראל פון גאנץ מזרח-אייראפע, איינשליסנדיג דעם מזרח טייל פון דייטשלאנד, וואו ער האט אויפגעשטעלט א רייע מארקסיט־לעניניסטישע איין־פארטיי שטאַטן. אזוי האט ער למעשה געהערשט איבער גאנץ מזרח־אייראפע און האט געמאכט דעם סאוועטן־פארבאנד פאר א סופערמאכט.

סטאלין איז געבוירן געווארן יאסעב בעסאַריאניס דזשע יוגהאַשווילי אדער יאסיף דזשוגהאַשווילי. ער האט אנגעהויבן ניצן דעם נאמען "סטאַלין" אין 1912.

  • אויף רוסיש: Ио́сиф Виссарио́нович Ста́лин - יאסיף וויסאַריאנאוויטש סטאַלין; געבוירן Джугашвили - דזשוגאַשווילי.
  • אויף גרוזיניש: იოსებ ბესარიონის ძე ჯუღაშვილიი - יאסעב דזשוגהאַשווילי
  • יאזעף סטאלין (אינפֿא)

יונגע יארן

רעדאַקטירן

יאסעב וויסאריאנאוויטש סטאלין איז געבוירן געווארן אין א קליין הויז פון איין שטוב אין גארי, גרוזיע. זיין פאטער האט געארבעט מאכן אום פאררעכטן שיך.[1] זיין פאטער איז אפֿט געווען שיכור און פלעג פאַטשן זיין ווייב און זיין זון, ביז ער איז געשטארבן אין א געראנגל אין 1890. ווען יאסעב איז געווען יונג האט ער געכאפט פאקן. דאס האט אים איבערגעלאזט מיט שראַמען אויפֿן פָנים. שפעטער האט ער געהייסן ״פֿארבעסערן״ אלע פֿאטאגראַפֿיעס זיינע צו באהאלטן די שראמען.[2] זיין לינקער ארעם איז געווען קערצער פון דעם רעכטן ארעם צוליב אן אקצידענט ווען א פֿאַעטאן האט אים געשטויסן. אין 1888 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער גארי קירכע־שולע, וואו ער איז געווען א געלונגערנער סטודענט. אין אויגוסט 1894 איז סטאלין געווארן א סטודענט אין דעם גלחים סעמינאר אין טיפֿליס (היינט טביליסי).[3] ער איז ווייטער געווען א גוטער סטודענט, אבער ווען ער איז געווארן עלטער האט ער געהאט ווייניגער אינטערעס אין ווערן א גלח און האט געמאלדן אז ער איז אן אטעאיסט. צוזאמען מיט אנדערע חברים אין סעמינאר האט ער אנגעהויבן ליינען ביכער וואס זענען פארבאטן, כולל ״דאס קאפיטאל״ פון קארל מארקס. אין 1898 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מארקסיטישער גרופע מעזאם דאסי (״דריטע גרופע״), א גרוזינישע מארקסיסטישע גרופע. אין אפריל 1899 האט ער פארלאזט דעם סעמינאר אויף אייביג.[2]

רעוואלוציאנער

רעדאַקטירן

נאך ווען ער האט פארלאזט דעם סעמינאר אין 1899 האט ער באקומען א שטעלע ביים טיפֿליס פיזיק־אינסטיטוט.[2] ער האט זיך מיטגעטיילט מיט גרופעס וואס זענען געווען אינטערעסירט אנהייבן א רעוואלוציע כדי אראפווארפן דעם צאר און איינפירן א רעפובליקאנישער רעגירונג. די פאליציי האבן געמאכט אן אבלאַווע אויף זיין הויז 1901 ווען זיי האבן געזוכט נאך מענשטן וואס האבן אנטקעגנגעשטעלט קעגן דער רעגירונג. סטאלין איז אנטלאפן און האט זיך באהאלאטן כדי די פאליציי זאלן אים נישט קענען טרעפֿן. ער האט ארגאַניזירט א קעגן־רעגירונג פראטעסט דעם ערשטן מיי 1901, ווען 3000 מענטשן האבן געקענט די אויטאריטעטן.[4] אין נאוועמבער 1901, האט מען אים געוויילט צום טיפֿליסער קאמיטעט פון דער רוסישער סאציאל־דעמאקראטישער ארבעבס־פארטיי (RSDLP), א מארקסיסטישע פארטיי געגרינדעט אין 1898.[5]

עסן און לאנדווירטשאפט

רעדאַקטירן

סטאלין האט איינגעפירט קאלעקטיוויזאציע פון די פארמס, ד״ה די רעגירונג האט צוגענומען דאס לאנד פון די אלע אייגנטימער פון די פארמס און האט געמאכט פון זיי גרויסע פארמס וואס האבן געהערט צו דער רעגירונג. די קאמוניסטישע באאמטער האבן געהייסן די פארמערס ארבעטן אין די נייע פארמס און איבערגעבן די גארער פראדוקציע צו דער רעגירונג.

קאלעקטיוויזאציע האט נישט געטויגט.[6] אין די יארן ‎1932–33 איז געווען א הונגער ווען מיליאנען מענטשן זענען געשטארבן. אזוי ווי מ׳האט נישט באצאלט די פֿארמערס גענוג געלט, און סיי ווי אלץ וואס זיי האבן געוואקסן האט די מדינה גענומען, האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין כוחות צו פארבעסערן זייער ארבעט. דאס בעסטע פֿארמען האט געארבעט אויף די גאר קליינע פֿארמס וואס מ׳האט געגעבן צו די פויערן צו וואקסן וואס זיי האבן אליין געווארלט; אויף די קליינע פֿארמס האט מען געלאזט די פויערים האלטן וואס איז געוואקסן דארט. אין יאר 1938 זענען די טיילן פונעם לאנד געווען 4% פון סאוועטישע פארמען.[6] דארט אבער האט געוואקסן 20% פון די ערדפראדוקטן.[6]

אין די יארן 1947–1946 האט פאסירט א צווייטער גרויסער הונגער אינעם ראטנפארבאנד, צוליב א טרוקעניש, פֿארעגערט דורך דער פֿארוויסטונג דורך דער צווייטער וועלט-מלחמה . דאָס תבואה־גערעטעניש אין 1946 איז געווען אינגאנצן 39.6 מיליאן טאן – קוים 40% פֿונעם געטראג אין 1940.

מאסן הינריכטונגען

רעדאַקטירן

כדי פטור צו ווערן פון זיינע קעגנער, וועמען ער האט אנגערופן ״שונאים פון דער ארבערטער־קלאס״, האט סטאלין איינגערפירט די ״גרויסע רייניקונג״. ער האט אריינגעלייגט אין טורמע מער ווי א מיליאן מענטשן, און נישט ווייניגער ווי 700,000 האט מען הינריכטעט צווישן די יארן 1934 און 1939.[7]

צווישן די וואס מען האט הינריכטעט זענען געווען מערסטע פון די גענעראלן אין דער רויטער ארמיי, וואס סטאלין האט געהאלטן זיי פאר א סטראשונג קיין זיין הערשאפט. דאס האט שטארק אפגעשוואכט די מיליטער אין די ערשטע מאנאטן פון דער ווערמאכט׳ס אפֿענסיוו קעגן דעם ראטנפארבאנד אין 1941.[7]

צווייטע וועלט־מלחמה

רעדאַקטירן
 
1941 מלחמה פראפאגאנדע פארטרעט פון סטאַלין

סטאַלין האט קאאפערירט צוזאמען מיטן דייטשן נאַצי פֿירער אדאלף היטלער. זיי האבן אונטערגעשריבן א קעגנאַנאַנדיגן נישט־אַגרעסיווירן פאַקט. היטלער אבער איז געווען א געפֿערליכער שונא פון קאמוניזם. ווען ער האט שוין אינוואַדירט און נייטראַליזירט פֿראַנקרייך, האט דייטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטנפֿאַרבאַנד. נאך דער אפעראציע בארבאראסא אינוואַזיע, האט דער ראַטנפֿאַרבאַנד אנגעהויבן אַרבעטען מיט די מערבדיקע אליאירן כדי צו באַזיגן דייטשלאנד. ענדלעך איז דייטשלאנד אונטערגעגאנגען, אבער דער ראַטנפֿאַרבאַנד האט פֿארלוירן מער מענטשן ווי נארוועלכן אנדערן לאנד במשך דער מלחמה.,

נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה האט די סאוועטן־ארמיי אקופירט פֿיל לענדער אין אייראפע, ווי פוילן, טשעכאסלאוואקיי, אונגארן און טייל פון דייטשלאנד. זיי האבן ארויפֿגעלייגט מארקסיזם־לעניניזם אויף די דאזיגע לענדער, גאנץ קעגן די אויסדריקלעכן וואונטשן פון די אמעריקאנער און בריטישע רעגירונגען, און טראץ זייערע פראטעסטן.

ביז זיין לעצטן טאָג האט סטאלין פֿארטגעזעצט הערשן איבערן ראַטנפֿאַרבאַנד. ער האט מיליטאריזירט רוסלאנד, פֿאקוסירנדיק דעם לאנד׳ס צייט און ענערגיע צו וואַפֿן, פֿאַרמיטלען און די באַוואַפֿנטע קראַפֿטן.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Joseph Stalin (1879 - 1953). Historic Figures. דערגרייכט דעם 2009-02-01.
  2. a b c Blundell, Nigel (1996). A Pictorial History of Joseph Stalin. London: Promotional Reprint Company Ltd.. ISBN 1856483266. 
  3. Biography: Joseph Stalin. pbs.org. דערגרייכט דעם 18טן נאוועמבער 2010.
  4. Conquest 1991, p. 28; Montefiore 2007, p. 82; Kotkin 2014, p. 50.
  5. Deutscher 1966, p. 63; Rieber 2005, pp. 37–38; Montefiore 2007, pp. 87–88.
  6. a b c Koontz, Terri. World Studies. Greenville, South Carolina 29614: Bob Jones University Press. ISBN 1-59166-431-4. 
  7. a b Khlevniuk, Oleg V. 2015. Stalin: New Biography of a Dictator. Translated by Nora Seligman Favorov. New Haven and London: Yale University Press. ISBN 978-0-300-16388-9.

וועבלינקען

רעדאַקטירן