די ניו יארק סאן (ענגליש: The New York Sun) איז פארעפנטליכט אלס א טעגליכער צייטונג פון 2002 ביז 2008 אונטער איר רעדאקטאר סעט ליפסקי.

עס איז אין דעם סטיל פון א בראד שיט ווי דער ניו יארק טיימס לאנג און הויך. אויך איז דאס שטארק א פונקט צו דעקן די קונסט און ליטעראטור נייעס כדי צוציען די רייכע ליינער קרייז.

סעט איז א פרייער אבער שטארק טראדיציאנאלער איד וואס איז פרא ארץ ישראל און פרא רעליגיע.

ער האט געגרינדעט דעם ענגלישן פארווארד און איר ארויפגעארבייט מיטן ברעכן אסאך אידישע נייעס וואס פאראינטערסירט אלגעמיינע גוים ווי למשל די אויפדעקונג מיט א בילד אז דער ביז דעמאלטסדיגער באקאנטער פרומער הלכה סענעטאר זשאו ליבערמאן טרינקט קאוק אין תשעה באב בעת קעמפעינענדיג מיט על גאר אלס וויצע פרעזידענט פון אמעריקע אויפן דעמאקראטישע פארטיי טיקעט. די אזאלכע סארטן נייעס האבן געבויט די צייטונג אלס וועלט איינפלוס ביז עס איז שוין געווען צו שווער צו פארטראגן פון זיינע בעלי בתים די אלטע ליבעראלע פרייע אידן וואס זענען נאך פון די קאמוניסטישע נייגונג נאך פון די ארבייטער רינג געדאנקען גאנג, און זיי האבן אים ארויסגעווארפן. דעמאלטס האט ער דאס געפענט דעם סאן.

אויך האט ער געגרינדעט די וואל סטריט זשורנאל אזיע אויסגאבע.

ער האט 10 רייכע אידישע אינוועסטארס אין דעם סאן.


ביי איר גרינדונג האבן רעכטע ציונים רבנים ווי אבי ווייס פון ריווערדעיל און נאך פראקלאמירט א מאסן אנסובסקריפשען פון ניו יארק טיימס ווי זיי זענען געווארן באשולדיגט צו זיין גענייגט קעגן אידן. און לעגעענדעס פליען אז דאס האט געגרייכט און צענדליגע טויזענטע קענסעלעישאןס וואס האבן אלע אויפגעסיינט צו באקומען דעליווערט אהיים דעם ניו יארק סאן אנשטאט דעם טיימס.


מיט איין דגוש ווילן זיי זיך איבערקלוגן פון ניו יארק טיימס אז זיי לייגן א גרעסערן דגוש אויף לאקאלע נייעס אויפן פאראנט בלאט.