גאלדערס גרין בית המדרש
דער גאלדערס גרין בית המדרש איז א חשובע שול און קהילה אין גאלדערס גרין, לאנדאן. די קהילה איז געגרינדעט געווארן דורך פליטים פון נאצי דייטשלאנד אין תרצ"ה, און מען האט געווידמעט די היינטיקע שול אין תשט"ו. דער נוסח התפילה איז אשכנז.
דער ערשטער רב איז געווען הרב אליהו מונק, און דער צווייטער הרב חיים פעלדמאן. דער היינטיקער רב איז הרב ישראל מאיר גרינבערג.
די קהילה געהערט צו כדתיא פאר שחיטה און כשרות ענינים, און האט א פארטרעטער אויפן כשרות קאמיטעט.
די קהילה האט אן אייגענע חברה קדישא.