אשר יעקב וועסטהיים
הרב אשר יעקב וועסטהיים (תש"ט – ט' ניסן, תש"פ) איז געווען א רב און א בעל מכשיר, וועלכער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד.
געבורט |
1948 גייטסהעד, פאראייניגטע קעניגרייך | |
---|---|---|
טויט |
2020 (אלט 72 בערך) מאנטשעסטער, פאראייניגטע קעניגרייך | |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך | |
פאך | רב | |
ער איז געווען רב פון דער אגודת ישראל שול אין בראטן פארק, סאלפארד, און האט געפירט דעם בית איגוד הרבנים, א בית דין פאר כשרות.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין גייטסהעד, ענגלאנד. ווען ער איז געווען א יונג קינד האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין פאריז.
ער האט געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה און אין ישיבת באר יעקב.
ער האט געדינט אלס דער רב פון בית המדרש אגודת ישראל, און פירער פון בד"ץ איגוד הרבנים. אויך האט ער פאר עטליכע יאר געהאט א ישיבה גדולה, עזרת תורה, פאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער ארט אין אנדערע ישיבות. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם מאנטשעסטער בית דין עטלעכע יאר.
ער האט אנגעפירט א ריזן כשרות אפאראט, וואו ער האט ארויסגעגעבן הכשרים אויף הונדערטער פראדוקטן.
דער רב איז נפטר געווארן אין עלטער פון 71 יאר אלט, דאנערשטאג פרשת צו, ט' ניסן, תש"פ נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנאווירוס.