If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


זייער וויכטיג רעדאַקטירן

זעה וויאזוי מען מאכט קאטעגאריעס אויף יעדע זאך. --Jewboy 17:53, 2 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אקעי, כ'וועל בלי"נ זען דאס צי טאן פון היינט און ווייטער. א יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן. --שמאלץ 18:55, 2 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ישכ פאר דיין עצה איבער דעם מעניו צוריקדריי רעדאַקטירן

איך האב דאס ערלעידיגט אדאנק דעם. שוין צייט זאלסט ווערן אליין א סיסאפ. פארלאנג עס אין די מנהלים בלאט, אוןאיך וועל דאס שטיצן.--יודל 01:54, 10 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'וועל אננעמען דעם פארשלאג, אבער כ'וועל ווארטן ביז נאך יום טוב פאר דעם. (: --שמאלץ 15:32, 10 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטעל נאר דיין חתימה דארטן אז דו ביסט פשוט מסכים.--יודל 10:50, 11 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער


מזל טוב דו ביסט א סיסאפ! רעדאַקטירן

איך האב דיר געשענקט סיסאפ-רעכטס ►רוני◄ 17:30, 11 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אדאנק. --שמאלץ 17:44, 11 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע לייג ארויף דיין אימעיל אדרעס דא. כדי מען זאל דיך קענען שרייבן פריוואט, איבער וויקיפעדיע ענינים.--משה 11:18, 12 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס איז די נאמען אין ענגליש פון ארגאניזם? רעדאַקטירן

איך וויל דאס לינקן צו ענגליש שפראך--סאסמאן 23:16, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'זעה האסט עס שוין געטראפן, לאז מיר וויסן אויב נישט. --שמאלץ 23:34, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

יא דאנק א שיינעם, איז א בוים און א בלום אויך א אראניסם? זיי זענען מולטי-סעליולער, אבער לויט די מסורה איז דאס נישט קיין חיי, און איך זעה אבער אז דער הערעישע רופן דאס יצור--סאסמאן 23:41, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אין מדע/SCIENCE איז א געוויקס אויך אן ארגאניסם, אזוי פארשטיי איך דאס. די 4 שטאפלן פון דומם, צומח, חי, און מדבּר, כאטש זיי קענען אלע יא אדער נישט זיין אן ארגאניסם איז דאס אבער נישט קיין אפפרעגעניש, ווייל דאס זענען נאר שטאפלן וואס מען ניצט פאר טיאלאגיע, און נישט פאר נאטור. און כאטש מען קען דאס נוצען פאר נאטור אויך קען מען דאס אבער נישט נוצען צו צייגען אן ארגאניסם. --שמאלץ 23:47, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אוקיי זעהט אויס אז טיעלאגיע איז אביסעלע עלטער ווי סייענס...--סאסמאן 23:48, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

זעה דאס רעדאַקטירן

און ביטע ענטפער מיר ►רוני◄ 14:45, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'פארשטיי אז עס איז שוין פארענטפערט.--שמאלץ 16:30, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער


ער איז געווען א ערשטע תלמיד דארטן, אבער נישט קיין גרינדער. --יאנוש 14:49, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

Please add interwikis (link to Wikipedia in other languages) to your articles. אנא, שימו קישורים לוויקיפדיות בשפות האחרות בערכים שאתם כותבים וקשרו עליהם מאנגלית ומעברית.

איך מיין אז פארשפארן אויף א וואך איז צו פיל רעדאַקטירן

לדעתי א מענטש קען זיך כאפן אין א טאג צוויי, אבער אויב מען פארשפארט אים גלליך ביי זיין ערשטע מאל אויף א וואך קען ער זיין בייז אויף אייביג קעגן אונדז. אויך אין אלגעמיין האט נישט קיין זין צו פארשפארן א IP אויף מער ווי א טאג, ווייל עס טוישט זיך נאכאנאנד, און עס קען פאלן ביי א צווייטער אומשולדיגער. מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 18:44, 9 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

אין אלגעמיין בין איך מסכים מיט דיר, דא איז אבער אנדערש פאר די פעלגענדע סיבות:
  1. מען האט אים שוין געווארנט און אויסגעשפארט פאר 1 שעה נעכטען.
  2. ער ניצט JNET כ'ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט מיט NETWORKING אבער צו טוישן אן IP ביי JNET איז נישט אזוי גרינג. ער וויאנט אינדרויסן פון ברוקלין, כאטש ס'קען זיין אז כ'מאך א טעות און ער וויאנט יא אין ברוקלין נעם איך דאס אבער פון דא קענסט זען אז די לעצטע HOP איז 66.28.182.2 אבער דא וואס איך ווייס אז עס איז אין ברוקלין די לעצטע HOP איז 66.28.182.9 וואס פון דעם ווייס איך אז ער איז אינדרויסן פון ברוקלין. JNET האט אנדערע וועגען פון געבן IP אין ברוקלין אדער אינדרויסן פון ברוקלין, אינדרוסין פון ברוקלין ניצען זיי א PROVIDER וואס געט זיי גלייך איבער די DSL ליין צו זייער RADIOUS SERVER צו באקומען די IP ניצענדיג PPPoE, אבער אין ברוקלין לייגן זיי דאס גלייך אויפן ליין נישט דורך PPPoE.

צוליב דעם אלעם האב איך געהאלטן אז ער קען נישט טוישן זיין IP ווייל עס איז STATIC אין די RADIOUS SERVER, און אפילו אויב יא, וועט JNET דאס נישט געבן אזוי שנעל.--שמאלץ 19:37, 9 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

ביסט גערעכט אז סאטמאר רב וואלט דאס נישט געלאזט רעדאַקטירן

אבער נישט פון אידיאל אויס, ער איז נישט געווען ווייניגער עקסטרעם ווי ר' משה מנחם טירנוער און די אנדערע סטאמאר רבנים דארטן, נאר ער האט אויך געהאט אן אחריות פון פירן א קהלה פון טויזענטע זיי נישט צו פארשעמן, און די בעל בתישע גבאים האבן דאס אים שטענדיג צוריק געהאלטן פון טאן אבער היינט צוטאגס אז ער איז טויט, דארפסטו נישט פארלייקענען אז די סימבאל פון ר' יוליש'ס לעבן איז געווען אט דאס וואס זיי טאן.--קרעכמער 14:03, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

פארגעס נישט אז ר' משה מנחם האט מתיר געווען די קרית יואל סקול דיסטריקט! ממילא קענסט אים נישט אזוי גרינג אפסטעמפלן ווי עקסטרים.--קרעכמער 14:05, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
די חילוק צווישען ר' יואליש ז"ל און ר' מ"מ לגבי די קנאות איז גאנץ פשוט ער פרובירט נאכמאכן ר' יואל, אבער ר' יואל האט געהאט די סאטמאר שטה גאר קלאר אויסגעארבייט, ר' יואליש איז אויך געווען אסאך אסאך קליגער פון ר' מ"מ. און איך בין נאך אלס נישט איבערצייגט אז ר' יואל וואלט דאס נישט געטאן פון אידיאל אויס.
דאס אז ר' מ"מ האט מתיר געווען די סקול דיסטריקט איז לדעתי גארנישט מיט קנאות דאס איז פאליטיק, אדרבה כ'בין נישט אזוי זיכער אז ער וואלט דאס היינט אויך געטאן. פינקט פארקערט עס איז וועגן די סקול דיסטריקט וואס כ'קען אים יא אפסטעמפלן אלס איינער וואס טוט זאכן מיט פאליטישע מאטיוון. --שמאלץ 14:15, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

איך בין נישט זיכער דערין אבער קלער דערפון רעדאַקטירן

אפשר איז א גוטע עצה איצט צו פארשפארן דעם אהרן טייטלבוים ארטיקל און ארויסשרייבן זייער קלאר אז אויב איינער וויל דווקא בארבייטען דעם דאזיגען הייסן ארטיקל זאל ער ביטע בארבייטן 4 אנדערע ארטיקלן אזוי וועט מען זעהן צו ער מיינט די טובה פון אינפארמאציע אדער איז ער סתם א פארטייאישער נודנאק. און אויך וועט מען מאכן מענטשען פון די נודנאקעס--דיפלאמאט 14:20, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'מיין אז עס איז כדי צו טאן, נישט נאר דאס נאר אלע טייטלבוים/סאטמאר ארטיקלן, כ'זעה אז נאך א JNET באניצער איז שוין אויפגשטאנען. --שמאלץ 14:24, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
איך האף רוני זאל זאגן זיין מיינונג ווייל די ספק איז אז אפשר וועט מען פארפאסן דעם גליקליכען מאמענט אז די פארטייאישע שרייבער וועלן איצט זעהן א קליינער פארשפארונג וועלן זיי נישט צוריקומען?--דיפלאמאט 14:26, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
כ'האב אים שוין אנגעפרעגט, כ'ווארט נאר אויף זיין ענטפער. --שמאלץ 14:28, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
איך בין נישט זיכער אז ס'כדאי דאס צו טאן, ווייל מיר דארפן דא בריינגען ווי מער באנוצערס, און פארשפארן ארטיקלען קען זיי מרחק זיין. אבער איך פארלאז זיך אויף אייער מיינונג.
איר קענט אבער פארשפארן נאר פאר נישט פארשריבינע און לייגן דער מוסטער {{וואנדאל}} ►רוני◄ 14:30, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
דאן וועל איך פארשפארן פאר נישט פארשריבענע ערשט, און בעיקר משה טייטלבוים, אהרן טייטלבוים, זלמן לייב טייטלבוים, ארונים, און זאלונים. כ'ווארט אויף דיין (רוני) ענטפער ערשט. --שמאלץ 14:34, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב מער נישט קיין צייט צו ווארטן (שבת קומט דא אריין אין 2 שעה - כ'בין אין ירושלים יעצט) פאר רוני'ס ענטפער, ממילא וועל איך ניצען זיין ערשטער ענטפער אז ער פארלאזט זיך אויף מיר. --שמאלץ 14:40, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

דארפסט נישט פרעגן רשות, דאס איז א נארמאלע אקט צו מאכן, אבער דער וואס פארשפארט נעמט אחרית צו נאך קוקן די פארשפארונג ווען מען קען איר צוריק עפענען. קען זיין אז די ארטיקלען קען מען לאזן אימער פארשפארט פאר נישט איינגעשריבענע. ►רוני◄ 14:42, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע מיר עפענען אהרונים ארטיקל רעדאַקטירן

איך האב שוין דורכגעפירט אפאר ענדערונגען אין אנדערע ארטיקלן.--דירעקטאר 19:37, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

איז דאס דען פאר דיר פארשלאסן? ►רוני◄ 20:01, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
יא. איך קען נאר זעהן "דעם מקור" און נישט "ענדערן און פארעכטן"--דירעקטאר 20:04, 19 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

ווי אויף א טויטען באנקעס רעדאַקטירן

ישר כח

איך 00:58, 9 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

עניטיים.(: --שמאלץ 03:01, 9 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

דאטום'ס אלס וויכטיגע ארטיקלן רעדאַקטירן

איך האב געזען אין אן אנדער פלאץ אז דו האסט טענות אויף כו אב אז דאס איז באשטימט אלס א טאג פון יארצייט פון ר' יואל טייטלבוים, איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט ביי אונז אידיש רעדענדיגע ליינער קען מען דאס נישט פארלייקענען אז דער טאג איז א ארטיקל פאר זיך. און זאלס יא לאזן דעם ארטיקל, בכלל קענסטו צולייגן נאך זאכן וואס האבן פאסירט אין יענעם טאג איבער פובליק אינטערעסע. נישט אויסמעקן. זה דעתי.--באטשי 03:23, 9 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

די פאלגענדע איז די טעקסט פון די ארטיקל:

כ"ו אב איז די יארצייט פין די בעקאנטע גרעסטע חסידישע רבי מרן הקוה"ט רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל באוויסט אלט דער הייליגע סאטמערע רב דאס זאגן סאטמערע רב ריפט ארויס גרויס עהרע אין כבוד ביי אלע שיכטען אין קרייזען זייענדיג די גרעסטע מקים עולה של תורה אינעם לעצטען דור אין דעם טאג איז די גרעסטע געפארעכטץ אין אמעריקא דער סאטמער רב איז אוועק כ"ו אב תשל"ט די לוי` איז געווען די גרעסטע לוי` וואס אמעריקא האט געזעהן היינט צי טאג ביישטייט סאטמער פין צוויי פארטייען נאכדעם ווי דער שפעטערדיגער סאטמערע רבי הגה"ק רבי משה ט"ב ז"ל איז אוועק האבן זיך די חסידים מכתיר געווען יעדער איינער ווי אזוי ער האט פארשטאנען. אין דער צענטראלע גרעסטע קהילה אין וומ"ס האט די אויבער האנט דארט דער דריטע זין

כ"ק אדמו"ר מהר"יי שליט"א רעדאַקטירן

. מיט א ישיבה גדולה פין איבער 600 בחורים מיט קלענרע ישיבות פין איבער 450 בחורים אין דער צענטראלע מוסדות פין 10.000 קינדער יונגלעך אין מיידלעך קע"ה אין קרית יואל האט די אויבער האנט דארט

כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א רעדאַקטירן

מיט א ישיבה גדולה פין איבער 450 בחורים מיט קלענרע ישיבות פין איבער 300 בחורים אין דער צענטראלע מוסדות פין ארום 5.000 קינדער יונגלעך אין מיידלעך קע"ה אויכעט איז דא צוויי אפגעטיילטע מוסדות אין קרית יואל מוסדות בני יואל מיט מוסדות ויואל משה ביידע צו זאמען ציילן שוין איבער 2500 קע"ה ביידע מוסדות זענן קעגנרעס פין כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א


איך זעה נישט ווי רוב פון די טעקסט האט א שייכות מיט די דאטום. עס האט מער שייכות מיט סאטמאר מחלוקת ווי מיט די יארצייט, דערפאר האב איך דאס געמעקט.--שמאלץ 16:29, 9 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ארטיקל אויף ד"ר דעהאן רעדאַקטירן

עס קומט א ספעציעלער יישר כח פאר אן ארטיקל אזוי זעלטן שיין און גענצליך באשריבן. עס איז פראפעסיאנאל, נייטראל, און איבער אלעמען אינפארמאטיוו. הלואי זאלן אנדערע זיך אפלערנען און שרייבן ארטיקלען אזוי ברייט, פרטות'דיג, פאסיג איינגעטיילט, און מיט בילדער נאכדערצו. אן אמת'ער נחת רוח. --קאצקער 07:23, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

אדאנק. --שמאלץ 14:56, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ווער און ווי האט מען דאס געזאגט. רעדאַקטירן

לגבי דעם ביז איצט אנגענומענער פאקט אז ר' משה טייטלבוים האט געליטן פון אלטסהיימערס פארן שטארבן שרייבסטו אז באנוצער:מענטשעלע האט דאס געלייקענט איך האב דיר געבעטן זאלסט מיר שרייבן ווי האט ער דאס געשריבן? ביטע עטנפער--Zali 17:58, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

סארי איך צו צוריק כ'האב צו דעם נישט קיין כח, טו וואס דו ווילסט איך וועל זיך מער נישט מישען לגבי דעם פונקט. --שמאלץ 19:24, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
איך האב דען יא כוח? איך האב סך הכל געוואלט היטן די ארטיקל אז פארטייאישע אינטערעסן זאלן איר נישט מעקן וואס זיי געפעלט נישט, האסטו מיך געשטערט. דו דארפסט מיך איבערבעטן דארטן ביים וויכוח ווי דו האסט מיך פארשעמט נישטא.--Zali 19:31, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
מאכסט מיך לאכן, אבער כ'וועל דאס טאן. --שמאלץ 20:54, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
ייש"כ אין נאמען פון אלע וויקיפעדיע באנוצער פארן מיך נישט ווייטער שטערן פון היטן אז וואנדאלן זאל נישט מעקן.--Zali 21:03, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

זיי מער צום פונקט רעדאַקטירן

וועלכע ברודער גלייך איך נישט. און וואספארא פרעכע ליגענטס האב איך געזאגט "אמת ווי פרעך עס איז ווערט נישט קיין ליגענט" און נאכאיינמאל איר וועט סאבאטאשירען מיינע שרייבונגען וועל איך אייך מוזען איבערגעבען פאר די באערדע

מעלדט דאס אויף זיין רעדן בלאט, ווייל עס איז זייער וויכטיג אז אנדערע וואס ווערן געווארענט דורך אים זאלן וויסן אז ער האט שוין געווארענט אנדערע און וויסן וויאזוי צו האנדעלן, ער איז דא סיסאפ און ער פאסט אויף אז וואנדאלן זאלן נישט קענען מעקן איז דעריבער זייער וויכטיג צו זעהן קלאר ווער איז א וואנדאל און ווער נישט.--Zali 21:36, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
ערשטענס שרייב נאר אויף מיין רעדן בלאט און נישט אויף מיין באנוצער בלאט, צווייטענס דאס אז זיי האבן זיך ארומגעקריגט נאכן טאטענס טויט אויף די רביסטעווע, דאס איז א פרעכע ליגענט זיי האבן זיך געקריגט וועגן עפעס אנדערש, עס איז קיינמאל קיין מחלוקת נישט געווען וועגן די רביסטעווע. --שמאלץ 23:29, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
עס קוקט אויס ווי די גלייכסט נישט ר' משה'לע וויבאלד דו האסט דא אויסגעמעקט די טיטול ר'.--שמאלץ 23:33, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב נישט סאבאטאשירט דיינע באשרייבונגען (וואס איז אגב היבש וויינוג). אז דו ווילסט שרייבן אז זיי האבן זיך געקריגט דאן שרייב, אבער דערווייל ווילסטו נאר שרייבן אז מען האט זיך געקריגט וועגן עפעס וואס האט נישט קיין שייכות צו וואס מען האט זיך געקריגט, אגב איך זעה אז דו ביסט אזוי באהאווענט אין יענע מחלוקה, ווען האט מען זיך צוקריגט?--שמאלץ 23:36, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס שפילסטו שוין ווייטער תמים, באלד וועסטו אים פרעגן פון ווי ער ווייסט אז אהרן מיט זלמן לייב און מענדעלע מיט ישראלטשע און דוד קאהן קעגן ר' שמואל יעקב, און נאך אזוי ביי אלע חסידות'ער שלאגן זיך אויך נישט צוליב רעביסטעווע? דו ביסט א שקרן וואס מעקט יענעם אן קיין סיבה נאר מיט שאלות אז יענער זאל ברענגן ראיות, אויב זאגסטו נישט פארקערט וואס פארדרייסטו א קאפ. ער האט נישט פיינט ווייל ער האט נישט געזאגט ר' דו זאגסט דען ר' אויף אלע רעביס? הער אויף צו טעראריזירן.--Zali 23:41, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
געעהרטער זאלי כ'שפיל נישט תמים פרעג סיי וועלכע וויזניץ חסיד דו ווילסט און קיינער וועט דיר נישט זאגן אז עס האט צוטאן מיט די רביסטעווע, עס האט צוטאן מיט זייטיגע משפחה זאכן, בעיקר וועגן שראלטשע, און דערפאר פון ווען ר' משהלע האט אים צוריקגענומען אין שטוב האט ר' מאטעלע שלום געמאכט מיט אים.--שמאלץ 23:45, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
ר' מאטעלע און ר' משהלע זענען שוין גווען צוהארגעט מער ווי 5 יאר פאר ר' ישראלטשע איז ארויסגעווארפן געווארן. שלום געמאכט אפשר האבן זיי נאכדעם וואס ער איז צוריק אבער די מחלוקת האט גארנישט מיט דעם.--Zali 23:47, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
נאך מער די מחלוקה האט זיך אנגעפאנגן א היבשע פאר יאר נאך וואס ר' חיים מאירעל איז אוועק. --שמאלץ 23:49, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'וועל פרעגן היינט נאכט אין בית מדרש, אויב זאגט אפילו איינער ווי דו, דאן צו איך צוריק. --שמאלץ 23:50, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב דערווייל געפרעגט 6 מענטשן קיינער האט נישט געזאגט אז ס'איז וועגן א ירושה איבער די רביסטעווע, אפילו אויב כ'האב נאכדעם געפרעגט ספעציעל צו ס'איז וועגן דעם האבן אלע געזאגט אז ניין.--שמאלץ 02:25, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
עפעס סאונד דא נישט ריכטיק, האסטו זיי געפרעגט צו די מחלוקת איז וועגן ר' ישראלטשע, אויב יא, פארוואס זיי זענען געווען צוקריגט בעפאר דעם? אויב נישט, פארוואס דען האבן זיי זיך צוהארגעט? און דאס ביסטו יא מודה אז תולדות אהרן, פאפא, בעלזא -מכנובקא, סאטמאר, סלאנים, סטאלין, ר' משה'לעס קינדער. און אזוי ווייטער ביי כמעט אלע חסידות'ער איז מען צעקריגט וועגן רעביסטעווע? ביטע אויב דו קענסט ענטפערן רעכטפארטיק אויף די אלע שאלות מיין איך וועט מען האבן אביסל א קלארער בילד פארוואס דו האסט אפגעמאכט צו באקעמפן באנוצער:מעכיל.--זאלי 15:01, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

די מחלוקת האט זיך נישט אנגעפאנגען פארדעם, און כ'האב נישט געפרעגט צו ס'איז וועגן שראלטשע, כ'האב נאר געפרעגט וועגן וואס זיי האבן זיך געקריגט. אוודאי האבן זיך די אנדערע געקריגט וועגן דעם, זאג דו מיינסט איך בין משוגע? אדער בלינד? די האבן זיך געשלאגן וועגן דעם, אבער וויזניץ שלאגט זיך היינט (צווישן מענדל און שראלטשע) וועגן דעם, אבער דאן האט מען זיך געשלאגן וועגן אנדערע זאכן. --שמאלץ 19:27, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

מיר בעטן זיך זאלסט אונז ערקלערן פארוואס יא? פארוואס באהאלטסטו זאכן און דו מאכסט דאס אויסזעהן א ליגענט, דאס איז דאך זיכער אז נישט וועגן שראלטשע זיי האבן זיך דאך געהארגעט יארן בעפאר. איז וואס איז די סיקרעט?--זאלי 19:30, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
זיי האבן נישט זיי האבן זיך געהרגט ערשט אין די מ'ס ביז דאן איז געווען שלום. --שמאלץ 19:33, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
פארוואס קענסטו נישט געהעריג אויפריכטוג ענטפערן דאס איז זיכער אז זיי האבן זיך נישט געהארגעט וועגן שראלטשע, איז פארוואס יא? אז דו ווייסט נישט זאג אז דו ווייסט נישט און בעט איבער דעם באנוצער:מעכיל וואס דו האסט פארטריבן פון וויקיפעדיע צוליב דיין עקשנות ושלום על ישראל, פארוואס צעגערסטו מיט האלבעטע אמתן.?--זאלי 19:38, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

דו האסט נישט פארשטאנען וואס כ'האב געשריבן פריער, זיי האבן זיך נישט צושלאגן וועגן ירושה/רביסטעווע, זיי האבן זיך גשלאגן ווען שראלטשע, די מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען אין די מ'ס און ר' חיים מאירעל איז אוועק אין ד ל'ס. כ'וועל נישט וויינען אויף מעכל אויב וואלט ער געקענט זייל נוצען פאר די וויקיפעדיע וואלט איך ווען געזען נאך ארטיקלעך פון אים. דערווייל האב איך אים נאר אנגעקוקט ווי א וואנדעל, נאכדערצו אז ער האט געמעקט די ר' פון ר' משהלע.--שמאלץ 19:47, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע ערקלער דיין מיינוג בנוגע מקורות פון היימיש זאכן רעדאַקטירן

אזוי ווי די מעשה ביי די סיבה פון די מחלוקת צווישן ר' משהלע און ר' מאטעלע און צו סאיז בכלל אפילו דא א מחלוקת האט נישט קיין מקור, דאס קען מען נאר שרייבן וואס מען ווייסט, אבער פון די אנדערע זייט קען מען דאך אויך פארקויפן ליגענט. האב איך א מהלך אז ווילאנג קיינער לייקענט נישט לאזט מען דאס. און דער רגע וואס איינער לייקענט, אזוי ווי ביי די מעשה מיט באנוצער:מעכיל וואס דו האסט אויסגעמעקט די סיבה פון זייער מחלוקת ווייל דו האסט געלייקענט די ווארהייט דערפון, כאטשיג איך ווייס אז דאס איז יא אמת אבער כדי צו בויען "אמת'ע" אינפארמאציע דארף מען פארקוקען אמאל א אמת אויב עס איז דא אן עירור אויף איר אמת'דיגקייט. באנוצער:קאצקער מיט באנוצער:רוני, האבן זיך קעגן געשטעלט, קאצקער וויל אז מען זאל אלעס אן א מקור מעקן, וואס דאס וועט ווארשיינליך אפקלינען דרייפערטל פון וויקיפעדיע וואס מ'קען נישט ברענגן קיין מקור, און רוני האט א בעסערע אלטערנעטיוו, נאר זאכן וואס פאסן מעגן געשריבן ווערן אן א מקור, זאכן וואס פאסן נישט טארן נישט געשריבן ווערן נאר מיט א מקור, דאס איז גאנץ גוט איך גיי טאקע מיטשטימן מיט אים, און לאמיר זעהן וואס דו האלטסט ווייל לכוארה די מחלוקת וויזניץ פאסט יא און דו ווילסט מען זאל דאס נישט לאזן שטיין, איז אלזא קריטיש וויכטיג דיין אפיניען ביטע קום אריין אין געמיינדע און שרייב דיינע צוויי סענס. ישכ.--זאלי 15:01, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

שענקען סיסאפ פאר קאצקער רעדאַקטירן

ביטע קלער צו דיין מיינונג אין וויקיפעדיע:administrators. ►רוני◄ 09:15, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

שווערע באשולדיגונג: קאצקער איז שמאלץ רעדאַקטירן

שמאלץ, איך פאדער דיך אויף זאלסט נישט שטימן לגבי סיסאפ רעכטן פאר קאצקער ווייל דו ביסט שוין 2 מאל סיסאפ דא, דו ביסט שמאלץ און בן עמי, פעלט נישט אויס זאלסט דיך מאכן א דריטן מאל פאר סיסאפ אונטער דיין דריטן נאמען, קאצקער.--חיים ליבערמאן 11:31, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

חיים ליבערמאן, דו מאכסט שווערע באשולדינגען. --שמאלץ 13:42, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך ווייס נישט פארוואס דו רופסט דאס אן באשולדיגונג, און מיינע אויגן איז דאס א קאמפלימענט אז דו ביסט א קלוגער טאלאנטפולער שרייבער וואס האט אזויפיל צוגעגעבן פאר דעם אויפבליה פון וויקיפעדיע. מיין אישו איז נאר אז דו האסט געוויסע דעות וואס איז נישט איינשטימונג מיט מיר בעט איך דיך זאלסט דיך נישט אריינוואוטן מער ווי איין מאל צו אוועק נעמען דעם באלאנץ פון אפיניענס. אוואדאי קען איך דיר נישט צוריקהאלטן איך האף און בעט דיך נאר זאלסט האנדעלן מיט שכל און יושר--חיים ליבערמאן 18:55, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

דאס אז איך בין בן עמית און קאצקער, דאס איז נישט קיין באשולדינגונג?--שמאלץ 19:14, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב דיר גענטפערט שוין איינמאל אז דאס איז נישט קיין באשולדיגונג דאס איז א קאמפלימענט, אז דו ביסט שוין דריי מאל געווארן אנערקענט ראוי צו סיסאפ.--חיים ליבערמאן 19:16, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

אפילו עס איז מעגליך דאס צו נעמען אלס קמפלימענט נעם איך דאס נישט אן אלס אזוינס, קוק דא וועסטו זעהן פארוואס. כ'האב נאר איין נאמען דא. כ'בין נאר איין מענטש דא. אינצווישען צייט מאך דיך נישט צונאר דורך איבערזאגן די שטות. --שמאלץ 22:09, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

מיט דעם לינק האסטו מגלה דעת געווען דיינע כוונות אין האבן עטליכע נעמען איצט פארשטיי איך שוין פארוואס דו האסט דאס אנגענומען אלטס א שווערע באשולדיגונג. איך האב נישט געוויסט דיינע בייזע כוונות. אויב אזוי וועל איך אויך אפיר נעמען מיינע חברים'ס שטיצע עס זאל זיין א באלאנץ קעגן דיין וואוט פאר נאך כוח דא--חיים ליבערמאן 22:21, 19 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

המשך פון שווערע באשולדיגונג רעדאַקטירן

טייערער שמאלץ פון דיין שפראך, קוקט אויס אז דו ווילסט מענטשען זאלן נישט פארשטיין וואס דו פארשטייסט, אבער מאך דיך נישט תמעוועטע, דו פאָפסט נישט קיינעם. מענטשן זענען נישט קיין נאראנים, און מיר זעהן אז זינט דו ביסט געווארן מנהל אויף דיין דריטן נאמען קאצקער ביסטו טאקע איינגעשלאפן אויף יענעם נאמען אויך. נאכאמאל אונז שרעקן מיר זיך נישט אז דו ביסט דא מנהל דריי מאל, סייוויסיי האט קיין מנהל נישט קיין שום כוח אין וויקיפעדיע, ווי צו אויסשפארן וואנדאלן, קענסטו דיך קרוינן נאך זעקס מאל מנהל מיט נאך צען נעמען, אבער אונז וועסטו נישט קענען דיריקטירן וואס יא צו שרייבן און וואס נישט. און זאג נישט נאכאמאל וואס מענטשן פארשטייען יא און נישט מיר קענען רעדן און אונזער אייגן נאמען.--כי טוב 17:37, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

גענוג איז גענוג, פרזענליכע אטאקעס זענען אנטקעגן די געזעצן פון וויקיפעדיע, אויב מיינסטו אז כ'ארבייט אונטער צוויי נעמען דאן נעם דאס צו העכערס פון מיר. עס איז דא אנדערע וועגן דאס מברר צו זיין, אינצווישען צייט וואלט איך געוואלט אז פרזענליכע אטאקעס זאלן זיך אויפהערן. --שמאלץ 22:07, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

האבן 2 אדער מער נעמען איז נישט קיין עוולה, ממילא איז דאס נישט קיין פערזענליכע אטאקעס. אויב טייטשט איר דאס אויס ווי א טשעפע, איז א סימן אז עפעס איז יא אמת דא, און אויף דעם זאגט מען דער גזלן זאל ארויס פון מקוה...--טוב עין 22:13, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב שוין אויף דעם גענטפערט אין מיין רעדן בלאט אז עס איז יא אן עוולה. ממילא איז דאס יא א טשעפע. און איך זאג דיר יעצט נאכאמאל אז ווי לאנג דו האלסט דיך ביי דיינס ביזטו עובר אויף די געזעץ פון א אטאקירען פרעזענליך. --שמאלץ 22:18, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

שקרן! דו האסט קיינמאל נישט גענטפערט אין דיין רעדן בלאט. סך הכל האסטו דיך נישט וויסענדיג געמאכט און אנגעפיפען און יא געשטימט דיך צו ערוויילן אלס מנהל אונטער דעם אנדערן נאמען קאצקער אן די מינדעסטע מענטשליכקייט פון פארענטפערן. דו ביסט א שקרן און שפילסט קאזאק הנגזל אז מען טשעפעט דיך, קיינער טשעפעט דיך נישט עז איז אבאסאלוט נישט קיין שום עוולה צו האבן מערערע באנוצער נעמען, נאר אויב מען וויל ארויפצווינגען דערמיט פאלטשע קאנסענסוס אויף אישוס ווי למשל מעקן אלע קריטיק איבער זאליס און אלע מעלות איבער די ארוינם.--טוב עין 22:21, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער


עס איז אויך זייער אינטערסאנט, אז די איינציגסטע 2 באנוצער וואס וויינען כסדר אז מ'טשעפעט זיי זענען קאצקער און שמאלץ.... דאס רעדט וואליומס אויף ענקער ענדליכקייט--טוב עין 22:23, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

האסט מיך יעצט אויך באשולדיגט אין זיין א שקרן, נאכאמאל א פרעזענליכע אטאקע. ערשטענס קוק דא וועסטו זעהן עס איז יא אן עוולה. צווייטענס קוק דא וועסטו זעהן כ'האב יא גענטפערט און אויך געלינקט צו די זעלבע בלאט. דריטענס האסטו מיך אטאקירט די פערטע מאהל פרעזענליך. אז דו ווילסט דאס מברר זיין קענסטו דאס מברר זיין דא. איך זאג דיר נאכאמאל זאלסט קיינעם נישט קיינמאל אטאקירען פרעזענליך דא אויף די וויקיפעדיע. --שמאלץ 22:31, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

  1. סתם ענטפערן שווערע באשולדיגונג מיינט נישט גענטפערט.
  2. דו האסט נישט גענטפערט געהעריג דארטן, סך הכל האסטו אנגעפיפען רוב וואוטס און געמאכט קאצקער פאר א סיסאפ. און זיך נישט באצויגן צו די באשולדיגונגען אז ער איז א גבר אלים.
  3. עטץ ביידע זענטס ביזי אגאנצן טאג אז מען טאר אייך נישט טשעפענען, די זעלבע צייט וואס יעדער פארשטייט אז איר זענט נישט קיין נייע באנוצער וואס וועלן זיך שרעקן פון קריטיק און פארדאכטן, איר ביידע נעמען האטס גענוי דעם זעלבן וויינעדיגן סטייל פון צוריק שיסן נאך יעדע ארגומענט מען טאר נישט טששעפענען ווען יעדער זעהט אז מען וויל דא ארויסברענגן א ווארענונג און נישט קיין סתם שטעך.
  4. איך זאג אייך נאכאמאל איר זענט איין באנוצער, ביידע זענט איר ביזי צו אויסמעקן אלע ענינים סזאל זיין לטובת זאלי'ס.
  5. איר קענט לייקענען שטיין און ביין אבער עס איז קלאר ווי דער טאג אז איר זענעט איין באנוצער.
  6. עטס ביידע זענטס אייביג פארנומען צו לינקן פאליסיס פונעם ענגלישן.
  7. איך זאג נאכאמאל אז דו ביסט א שקרן צו זאגן אז דו האסט אמאל גענטפערט דעם באשולדיגונג סך הכל האסטו רעטאריש צוריק געוויינט אז מען ברעכט געזעצן ווייל מען באשולדיגט דיך.
  8. צו זאגן דעם אמת אז שמאלץ איז קאצקער איז נישט קיין עוולה ווייל עס איז אמת.--טוב עין 22:43, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

און ניין איך גיי נישט קאמפלעינען פאר העכערע אינסטאנצן ווייל דערווייל קען איך מיך נאך אליינס אן עצה געבן מיט אייערע דריידעלעך, ווען איך וועל מער נישט האבן קיין כוח וועל איך דאס נעמען צו העכערע פענסטער.--טוב עין 22:51, 2 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

ענטפער:

  1. דו גלייכסט נישט לייענען וואס מען ענטפערט דיר, די פראגע איז געווען פארוואס איז דאס אן עוולה און אויף דעם האב איך גענטפערט
  2. כ'האב אים נישט געמאכט פאר א סיסאף.
  3. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט דעם אבער אויב עס איז אזוי, דאן איז די איינציגסטע עצה אז מען זאל רעדן צו די זאך אויף א מעהר איידעלער וועג, און נישט סתם אטאקירן ווייל מען האלט נישט אזוי.
  4. ס'איז דיר נישט איינגעפאלן אז איך בין נישט קיין זאלי נאר אז אהרן טייטלבוים איז א מעהר קאנטארווערסיעל פיגור און עס איז דא אסאך מעהר זאכען אויף אים ווי אויף זלמן לייב טייטלבוים?
  5. איבערגעחזרט פון פריער
  6. ממילא?????
  7. כ'האב יא גענטפערט (אויב נישט פאר היינט דאן נאר היינט) און כ'וועל דאס איבערזאגן נאכאמאל, כ'בין נישט קאצקער.
  8. אויב וואלסטו געלייענט דעם ענגלישען לינק דא וואלסטו נישט געפרעגט פארוואס עס באדערט מיר אדער פארוואס כ'האלט עס איז אן עוולה.

--שמאלץ 01:29, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

צוריק ענטפער

  1. שקר! די טענה איז געווען אז דו ביסט דער זעלבער ווי קאצקער, און אויף דעם האסטו נישט גענטפערט, ביז איצט 3 וואכן נאך דעם ערשטן הודעה איבער דעם.
  2. דו האסט אריינגעפיפען און אלע טענות און יא געוואוט אים צו מאכן סיסאפ, און דערמיט געצווינגן רוני אים צו דערהייבן פאר סיסאפ טראץ רוב שטימן דערקעגן.
  3. דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין מיט דעם, דאס איז א סטייל פון שרייבן וואס מאכט ענק גלייך און מען דארף נישט זיין קיין עספערט צו זעהן אז דאס איז דער זעלבער מענטש.
  4. אויף אלע ענליכקייטן צווישן ענק קענסטו טרעפן תירוצים, אבער מעקן ארונים און בויען זאליס איז נישט ענקער איינציגסטער ענליכקייט.
  5. מסתם האב איך דאס געמוזט איבערחזרן ווייל דו ווילסט נישט באציען דעראויף אדער אן אנדער סיבה.
  6. ממילא?! דא שפילסטו נאכאמאל תמים כאילו דו פארשטייסט נישט וואס איך מיין צו שרייבן, איך האב דאס שוין פריער ערווענט, דאס איז נאך א סטייל וואס איר ביידע האט, און דאס ווייזט אויף די זעלבער מענטש.
  7. דו ביסט מודה בלשון שאלה; אויב נישט פאר היינט? כאילו דו ווייסט נישט צו דו האסט באמת נישט געזאגט דאס פאר היינט צו נישט. שוין ווייטער ווייסטו דיינע כשר'ע חזיר פיסלעך פאר יעדן. ניין דו האסט דאס נישט געשריבן פאר היינט!!!
  8. איך בין נישט אינטערסירט צו דאס באדערט דיך יא צו נישט ווילאנג דו נוצט נישט דאס אויס לרעה פארן וויקיפעדיע, איז דאס קיינעם'ס ביזנעס און עס איז אבסאלוט נישט קיין עוולה. אז דו וויינסט איבער דעם ביסטו דער גזלן וואס שפרינגט ארויס פון מקווה ווען מען זאגט גזלן. עס איז נישט קיין עוולה ביז דו טוסט דערמיט אן עוולה.--טוב עין 01:36, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער


ענטפער פון שמאלץ: כ'וועל דיר איבערזאגן נאכאמאל זאכן וואס כ'האב שוין געזאגט און דו ביסט נאר געווען פויל צו לייענען:

ערשטענס דאס האב איך געשריבען די 19סטע פון יוני:

אפילו עס איז מעגליך דאס צו נעמען אלס קמפלימענט נעם איך דאס נישט אן אלס אזוינס, קוק דא וועסטו זעהן פארוואס. כ'האב נאר איין נאמען דא. כ'בין נאר איין מענטש דא. אינצווישען צייט מאך דיך נישט צונאר דורך איבערזאגן די שטות. --שמאלץ 22:09, 19 יוני 2006 (UTC)

כ'האב וועגן דעם אריינגעפיפען ווייל כ'האב געזעהן אז מען רעדט דא נישט צו די זאך (דורכדעם וואס מען האט גערעדט אז איך בין בן עמי און קאצקער).

כ'האב נישט געמעקט ארונים אדער געבויעט זאליס.

כ'בין נישט מודה בלשון שאלה, כ'האב פשוט יא גענטפערט אויף דעם דאן, אגב פון די 19סטע ביז די 2טע איז מערסטענס 14 טעג וואס קומט אויס 2 וואכן קוק דא. --שמאלץ 01:48, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

צוריק ענטפער צו שמאלץ דער לשון פון דיין ענטפער איז נישט מער ווי א לויער שפראך, דו שמאלץ האסט נאר איין נאמען, אבער דיין באנוצער נאמען קאצקער האט נאך א נאמען קאצקער. און בכלל דאס שחצנות פון נישט ענטפערן בכלל די טענות קעגן דיך קרוינן נאכאמאל אלס סיסאפ נאר דאס אוועקמאכן אלס שטות ווייזט וואסארא העפליכע ענטפער דאס איז געווען. און לגבי 2 צו 3 וואכן וועל איך מיך נישט אריינלאזן מיט קינדערישע דאטום'ס דער עיקר איז אז דיין אויפירונג פון זיך נישט וויסענדיג מאכן אויף קיין טענות, ווייזט דיינע מאטיווען חרוב צו מאכן דעם וויקיפעדיע און איך וועל דיר שטיין און בלאקירן דיינע כוונות ביי טריט און שריט קענסט וויינען דאפעלט סיי מיט דיין באנוצער נאמען קאצקער און סיי מיט דיין באנוצער נאמען שמאלץ דער סטייל איז אבער די זעלבע און דו מאכסט אלעמען לאכן דערמיט.--טוב עין 01:54, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האף אז דו ווייסט יא וואס דאס מיינט לויער שפראך, ווייל כ'האב קיין אנונג וואס דו מיינסט. דערנאך גייסטו ווייטער און באשולדיגסט מיך אין ליידען אויף מערערע פערזאנען דיסארדער, דערנאך ביטס דו אראונד די בוש, אז וויבאלד עס איז זיכער אז איך בין קאצקער איז שחצנות אז איך ענטפער עפעס וואס דו האסט פארגעסן צו לייענען. די 2 צו 3 וואכן טענה האב איך געשריבן צו ווייזען ווי אומפונקטלעך דו ווערסט צו אטאקירען אנדערע אזוי אז דו ווערסט ממש בלינד (ס'איז דאך קיין ספק נישט ביי דיר אז איך בין קאצקער). עס ווייזט אויך אז כדי צו באשאפן א צימישעניש באדערט דיך נישט צו שרייבן א ליגענט, וויפול איך וועל וועלן וויסען וועל איך קיינמאל נישט וויסען צו דו האסט בכוונה געשריבן 3 וואכן - וואס איז מער לטובת דיין טענה (כאטש עס איז א ליגענט) - איז דערפאר די פאקט אז דו האסט דאס געשריבן נישט קינדעריש דאס ארויפצוברענגן אדרבה עס ווייזט אז דו ווערסט געפירט פון א בלינדקייט. קענסט מיר אפשר אנווייזען איין פלאץ ווי כ'האב פרובירט חרוב צו מאכן די וויקיפעדיע? דאס איז שוין באשולדינגונג נומער 4 פון דיר (1. שקרן, 2. זאקען פאפעט, 3. multiple personality disorder, און 4. חרוב מאכן וויקיפעדיע. --שמאלץ 02:08, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער
דאס אז דו ווילסט חרוב מאכן וויקיפעדיע איז נישט נאך א באשולדיגונג, דאס איז דער שורש און טעם פארוואס דו מאכסט 2 סיסאפ נעמען און פארוואס דו מעקסט זאכן וואס אנדערע שרייבן, ווי למשל אלעס לטובת די ארונים און לרעה די זאלוינים, און דאס אז ר' מאטעלע מיט ר' משה'לע זענען צוקריגט געווען אין אנפאנג צוליב ר' שראלטשע כאטשיג דאס איז געווען יארן פריער ווען ר' שראלטשע איז נאך געווען די פירער ביים זיין טאטען. א.א.וו. וואס יעדער איינער קען אויפקוקן דיין היסטאריע. איך דארף נישט איבערשרייבן זאכן וואס יעדער קען ליינען.--טוב עין 02:13, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

דו ווייסט נישט צו דער צוואה איז אמת צו נישט רעדאַקטירן

לויט די ארונים איז דאס ווערט טויטע באנקעס, און לויט זיי איז דאס נאר מכלומרשט, קענסט צו לייגן אז אזוי זאגן די ארונים אבער פארוואס מעקסטו?--באטשי 21:43, 25 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

די סבה פארוואס כ'האב געמעקט איז ווייל אפילו לויט די ארונים איז דאס א צוואה ס'איז נאר ווערט אזוי ווי טויטע באנקעס ווייל דער אלטער איז שוין נישט געווען געזונט. אבער א צוואה איז דאס נאך אלץ. --שמאלץ 00:12, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
א צוואה וואס משה גבאי האט דורכגעפירט מיט צוויי זאליס אין פארענט פון אן אלטן עבר ובטל האט קיין האפט נישט פאר קיין וויקיפעדיע, על כל פנים אזוי האלטן די ארוינים, אנשטאט מעקן וואלסטו ווען געקענט זאגן אז די זאליס האלטן דאס יא פאר עפעס ערענסט. אבער דו האסט אויסגעוועלט א קארצער דיקטארטורישע מהלך. דעו נא מורי ורבי שלא זו הדרך!--באטשי 03:06, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
דו ביסט נישט גערעכט, א צוואה איז א פאפיר, וויפול ווערט די פאפיר האט איז עפעס וואס די דיינים/ריכטער וועלן אנטשיידן, דערווייל וויבאלד עס האט זיין חתימה איז דאס א צוואה, נישט אומזיסט איז דא גאנצעטע סוגיות אין שס וועגן די זאכן. אגב פרעזענליכע אטאקעס איז נישט ערלויבט אויפן וויקיפעדיע. --שמאלץ 03:17, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
זייער גוט און וואול, איך הער אז עס דא נאך א צד, און וויפל סוגיות אין שס דו האסט וואס זאגן ווי דיר, קענסטו נישט מעקן יענעםס צד. ביעט פארעכט דאס און לייג צו וואס דו ווילסט אבער נישט מעקן.--באטשי 11:20, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

דו פארשטייסט נישט וואס כ'האב גענטפערט, וועל איך דעריבער דאס איבערזאגן נאכאמאל. א צוואה איז א צוואה וויבאלד עס האט א חתימה, דאס איז בכלל נישט אפען פאר צדדים. צו די צוואה האט עפעס א תוקף דאס איז אפען פאר דעבאטע און אויף דעם קען זיין צדדים. און אויף דעם איז דא סוגיות אין שס. אבער די דעבאטע איז נישט אויב ס'איז א צוואה, ווייל דאס איז עס זיכער וויבאלד עס האט א אונטערשריפט איז דאס א צוואה, נאר צו ער איז געווען ביים זינען ווען ער האט דאס געשריבן און דערפאר צו עס האט א תוקף. --שמאלץ 14:36, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ראנג ווילאנג איין צד טענהט אז דער גאנצער אינטערשריפט איז גארנישט, עס איז נישטא קיין צוואה, סך הכל האט מען דא 2 זאליס וואז זאגן עדות אז אן אנדער זאלי האט געמאכט א צוואה און א קראנקער אלטער האט דאס אונטערגעשריבן, לויט זיי האסטו גארניקסט איך פארשטיי אז לויט דיר איז דא גאנצע סוגיות אז דו ביסט גערעכט און דא איז יא דא א צוואה, דאס מאכט דיך נאכנישט בארעכטיגט צו גיין אויסמעקן יענעם'ס ווארט מכלומרשט אפילו דו ביסט א מנהל דא. מ'קען דיך צזאמן מיט דיין אנדערן נאמען קאצקער מאכן אויס מנהל אין איין טאג פאר אזא פארברעך פון מעקן יענעם'ס א ווארט וואס דו האלטסט אנדערשט. איך בעט דיך נאכאמאל ביעט פארעכט דיין מעקונג מיט צו לייגן וויפל הסברים און טענות דו ווילסט אבער פיר נשטא קיין דיקטאטורשאפט ווייל די וויקיפעדיע איז נישט דיין'ס א פריוואט עסק.--באטשי 14:56, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

נאכאמאל, פרעזענליכע אטאקעס איז נישט ערלויבט. איין צד טענה'עט אז די אונטערשריפט איז גארנישט ווערט ווייל מען האט אים געצווינגען, די אנדערע טענה'עט אז יא ווייל דאס האט ער פון זיין אייגען ווילען אונטערגעשריבען. איך אלס וויקיפעדיען/דרויסענדיגער מענטש/ריכטער/זשורנאליסט זעה נאר א צעטל, מיט אן אונטערשריפט וואס אלע האלטן אז דאס איז זיין אונטערשריפט וואס ער האט אונטערגשריבען, איז דאס א צוואה אדער נישט? נעם אין אכטונג כ'פרעג נישט צו ס'איז א גוטע צוואה. --שמאלץ 15:03, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך מיין עס פעלט א ווארט אין דעם קעפל וואס זאל אנווייזן אז עס איז דיספוטירט. שמאלץ איז גערעכט אז "מכלומר'שט" איז א מיינונג און נישט קיין פאקט. וואס זאגט איר אויף "דיספוטירטע"? --קאצקער 16:48, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

די גאנצע טענות איז נאר צי ער איז געווען באזיך צי נישט איך האב דאס שוין געשריבען אין איך וועל עס דא איבער שרייבען. איך קען נאר מעיד זיין אלט עדי ראיה פאריאר תשס"ה בין איך געווען מיט א קוויטעל ביים סאטמערע רבין ז"ל אזוי ווארטענדיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב עס איז געווען פינקט צווישען פסח אין שבועות צי מיין שאק האט זיך דער רבי גענומען ציילן ספירה פארן עמוד הויעך אויפען קול אין קיינער האט עם נישט געדארפט דערמאנען וועלעכע טאג אין ספירה עס איז. איך מיין ווען איינער האט מיט אלטסהיימער יארן לאנג וואלט נישט גאדאווענט א גאנטץ מוסף אלטץ שליח ציבור פאר טויזענטער אידן. אין אפילו לאמיר זאגען אז מען האט עם געדארפט טייטלען מיטן פינגער אז ער זאל זיך נישט צי מישען אבער דער נוסח אויפען קול קען מען זיכער נישט טייטלען א91 יעריגע אלטסהיימער געליטענע. אז ער פלעגט פארגעסן איז עס נישט מער נארמאל פאר סיי וואסערע אלטע איד וואס נעמט אסאך מעדעצין. לאמיך פרעגן דעם עולם ווער האט שוין געזעהן אן אלטסהיימער פאציענט דאווענען הויך אויפען קול אלטץ שליח ציבור ערב ראש השנה צווי שעה דעם גאנצען סליחות אין ראש השנה ביידע טעג מוסף.אויפען ניסוח מיט אלע מפרשים.יעצט גיי פארענטפער צי ער איז געווען באזיך צי נישט .--העולם 17:34, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

העולם, איך האב נישט קיין שום ספק צו וואס דו זאגסט איז אמת. דאס איז אבער נאר בנוגע די עצם מחלוקת. וויקיפעדיע נעמט נישט קיין זייט און איז נישט שוקל אויף קיין צדדים; ביידע זייטן מיזן זיין אפגעשפיגלט אקוראט. --קאצקער 19:01, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'בין זייער מסכים אז ביידע זייטען מוזען זיין אפעגשפיגעלט אקוראט, און דאס איז וואס כ'האב געוואלט. יעצט צו די ווערטער וואס שטייט דארט די צוואה פון ר' משה טייטלבוים פון יאר תשס"ב, וואס ערקלערט ר' זלמן לייב טייטלבוים אלס זיין נאכפאלגער. ווארשיינליך איז דער צוואה געטייפט און ר' משה האט בלויז אינטערגעשריבן. דער עיקר מיין איך צו ווייזען אויף די לעצטע ווערטער ווארשיינליך... כ'מיין אז דאס ברענגט שוין ארויס צוויי צדדים, כאטש וואס די ווארט ווארשיינליך איז א פרזענליכע אפהאנדלונג וואס מען וואלט ווען ענדערש געדארפט שרייבען אז די קעגנער טענה'ען.... ווייס איך נישט צו עס פעלט אויס ארויס צו נעמען, אבער צו זאגן אז דאס איז נישט קיין צוואה איז אבסורד, וואס דען איז דאס? א חומש? א צוואה איז נישט מער ווי קיין פאפיר און דאס איז נישט וואס די אהרונים טענה'ען אז דאס איז נישט, זיי טענה'ען נאר אז דאס האט נישט קיין תוקף.--שמאלץ 22:31, 26 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

א צוואה וואס איז גארנישט ווערט, איז נישט קיין חומש, נישט קיין גמרא, און נישט קיין סידור. טייערער מנהל ר' שמאלץ, מאכט אייך נישט תמעוואטע, איר האט געמעקט א ווארט מכלומרשט וואס איין צד, האט אריינגעלייגט, וואס לויט זיי איז דאס טאקע נישט קיין חומש און נישט קיין סידור און נישט קיין גמרא, נאר א מכלומרשטער צוואה, אנשטאט צולייגן וואס איר האלט אז דאס יא א קאמפענטאנער צוואה אויסגעהאלטן לויט אלע מפרשים, האט איר אויסגעוועלט א שנעלער קורצער דיקטאטורישער פארברעך, איר האט געמעקט און פארטיק, אן צולייגן קיין לאנגע פשעטליך. דאס טארן מיר נישט דולדן פון קיין מנהל. ביטע פארעכט דיין צוריקדריי און נעם דיר צוויי מינוט צוצלייגן דיין מיינונג, אדער זאגט אייך אפ פון סיסאפשאפט! איך בעט אייך בכל לשון של בקשה ברענגט נישט אונטער דעם גאנצען וויקיפעדיע ווייל איר האלט אז דער צוואה איז אדער א צוואה אדער א חומש, עס איז דא אנדערע וואס האלטן אז עס איז נישט קיין צוואה און נישט קיין חומש: נאר א מכלומרשטער צוואה, און מיט דעם וואס איר נוצט אייער סיסאפ כלים יענעם אויסצומעקן פארטרייבט איר זיי, און דערמיט מאכט איר שאדן פאר אונז אלע. --באטשי 11:19, 27 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב עס איצט פאראכטן און געשריבן אין אידיש אנגעבליך אנשטאט מכלומר'שט אין לשון קודש וואס סאונד מער ציניש און איך זעה דו האלטסט נישט ביים טוישן דיין עקשנות, האט נאך אפיר געברענגט דיינע אנדערע צוויי נעמען קאצקער און העולם דיך אונטערצושטיצן. איך ווארן דיך מעק נישט אויס מיין תיקון וואס דארף דיך צופירדענשטעלן אלס א פשרה, יעדע נייטראלע צייטונג נוצט די ווארט אלעזשעד און דא וויבלד די ארונים האלטן אז די צוואה איז געפעלטשט און האט נישט קיין שום ווערט, מעג מען זיכער לאזן די ווארט אלעזשעד. --באטשי 11:33, 27 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך בין גראדע זייער צופרידען פון די נייע ווערסיע. עס ברענגט קלאר ארויס אלעס און אנשטאט ווי ביז איצט וואס עס האט מער געמיינט צו זאגן אז די צוואה איז בכלל נישט קיין צוואה, ליינט זיך דאס יעצט מעהר ווי א טייל פון די מחלוקת. --שמאלץ 14:24, 27 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ווארענונג: דו ביסט א טעראריסט רעדאַקטירן

דו האסט מיך אנגעהויבן צו באשמוצן אויף דיין באנוצער:בלאט דעריבער ווארן איך דיך, אויב האלטסטו אז צו זאגן אז 2 באנוצער זענען איינס איז באשמוצן ווארן איך דיך זאלסט דאס נישט טאן. ווייל דערווייל בין איך נישט קיין קאנדידאט פאר סיסאפ, דעריבער איז דאס אבי געמאכט מחלוקת מה שאין כן דו מיט קאצקער זענען ביידע סיסאפס דארף מען ארויסברענגן אלע קריטיק וואס מ'זעהט איבער אייער התנהגות.

און אויב דו ווילסט סתם שפילן רחמנות זעהט מען דאך אז דו ביסט א געמיינער אינג וואס טוט די זעלבע זאך, וויל איך דיר דאנקן פאר באווייזן דיין אמת'ן געמיינעם פרצוף פאר יעדן.

און לידיעתך איך האב נאך נעמען וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט.--טוב עין 01:48, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב דיר נישט באשמיצט, איך זיך מיר פשוט ריינצווואשען.
נאכאמאל האסטו נישט געלייענט וואס מען האט דיר געלינקט. לייען דא סיי כי טוב און סיי טוב עין האבן מיך באשולדיגט דערפאר איז דאס יא בארעכטיגט. --שמאלץ 01:52, 3 יולי 2006 (UTC)ענטפֿער
חזרה לדף המשתמש של "שמאלץ/Archive1".