דער באניצער פארפליכטעט זיך, דא צו שרייבן נאר מיט איין באניצער נאמען.




דער באניצער איז א חסידישער ייד מיט בארד און פיאות, און איז א שומר שבת.



אביסל איבער מיר

רעדאַקטירן

מיין וויקיפעדיע נאמען איז נאכן הייליגען סאטמאר רבי הרהקוה"ט רבינו יואל טייטלבוים זי"ע, ווייל מיין שטרעבן אלס סאטמאר חסיד צו גיין אין זיינע וועגען דא וואס ווי באקאנט איז דאס געווען 3 עמודים פון זיין לעבן און שאפן אויף די וועלט דא.:

  1. חסד
  2. קנאות קעגן ציונים און אלעס וואס געהערן זיך אן צו זיי ווי די אגודה א.א.וו.
  3. און ער האט געבויט חסידישע סארט אידישקייט אין אמעריקע.

מיין אויפגאבע דא וועט זיין צו היטן אויף ווי ווייט מעגליך אז די אינפארמאציע זאלן ווערן רעדאקטירט און געשריבן לויט די דריי יסודות פון מיין רבי.

נ. ב.: פאר די אלע וואס וואונדערן זיך ווי קומט א סאטמאר אינגערמאן אויף דעם טריפה אינטערנעט איז דער תירוץ אז לגבי די קאמף קעגן ציונים האב איך באקומען א היתר פון א רב זיך דא צו אומקוקען כדי צו קענען אויסמעקן עמלק אין אונזער לעצטער נסיון פאר משיח קומט אונז אויסלייזן.