די אַנדן זענען א בערגקייט דורכאויס דעם מערב בארטן פון דרום אמעריקע. זיי ציען זיך מער ווי 7,000 ק"מ/ 4,400 מייל פון דרום ארגענטינע און טשילע ביז צפון קאלאמביע. די אנדן זענען די לענגסטע בערגקייט אין דער וועלט, און די צווייטע העכסטע נאך די הימאלייאס.

די אַנדן
קאנא דע אַריטאַ
אן אזערע אין די אנדן

דער העכסטער שפיץ אין די אנדן איז בארג אקונקגוא (אין ארגענטינע), מיט א הויך פון 6,960 מעטער.

אין די אנדן זענען פאראן 8,200 ערליי פלאנצן, צווישן זיי 2,725 ערליי ארכידעעס. איינער פון די חשובסטע פלאנצן איז דער קארטאפל.

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אנדן