וואַך
וואַך איז דער פארקערטער פון שלאָף, עס ווערט געמאסטן אז מען איז ביים וויסן - דהיינו אז דעמאלטס קען מען שוין אויסהערן, שרייבן, ליינען, רעדן, טראכטן, שפאצירן, גיין, ארבעטן און קאמיוניקירן. כאטשיג מען קען טוען די אלע זאכן אינמיטן שלאפן אויכט איז עס אבער נישט פון וויסן נאר פון געוואונהייט, און עס האט נישט די פרייע בחירה בעשת מען טוט דאס. דאס הייסט ענדערשט א חלום אדער לבנה קריכן.
דאס ווארט קען אויך מיינען אין פסיכאלאגיע אדער אין רעליגיע זיך צו אויפוועקן, איינזעהן און אנערעקענען א נייעם פאקט. ווי מיר טרעפן אין תנ"ך דעם באגריף: עורה כבודי ערוועק מיין כבוד. - כדי אנערקענען און איינצוזעהן גאט'ס עהרע אויף די באשעפענישען פון די וועלט.
אויפוועקן
רעדאַקטירןצופרי נאך א לאנגער נאכט ספעציעל ווען אינדרויסען הערשט א פראסט גייט זייער שווער זיך אויפוועקן פון שלאָף. דוד המלך פלעגט האבן א פידל וואס האט געארבייט דורך א פאטענט זיך צו זינגען פון זיך אליינס אים צו ערוועקן.