אגרא דכלה
אגרא דכלה איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר
דער מחבר
רעדאַקטירןרבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
דער מחבר שרייבט אין אנהייב פון דעם ספר אגרא דכלה "און איך האב אנגעהויבן צו פארשרייבן די רייד אויף א ספר דאנערשטאג[1] אין יאר ה'תקע"ט" , (ער איז דעמאלס אלט געווען זעקס און דרייסיג יאר), ווי ס'ווייזט אויס האט ער געשריבן דעם ספר אסאך יארן, אין פרשת כי תשא דערמאנט ער "איך האב געהערט פון מיין מחותן רבי צבי הירש זצוק"ל", וואס דאס איז געווען דער עטרת צבי פון זידיטשוב וועלכער איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקצ"א.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר אגרא דכלה איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא
אינהאלט
רעדאַקטירןדער ספר אגרא דכלה איז געשריבן געווארן לויט דעם סדר פון די פרשיות, נאר די ערשטע דריי פרשיות זענען שיין צוזאמען געשטעלט מסודר לויט דעם ארדער פון די פסוקים, רש"י, תרגום, מדרש רבה, תנחומא, שאילתות, אין אויך א פירוש אויף דעם מגלה עמוקות מיט דעם נאמען בארות עמוקים, די דריי פרשיות פארנעמען באלד א העלפט פון גאנצן ספר. דער מחבר שרייבט אין דער הקדמה מערסטענס פון די ווערטער האט ער געזאגט שבת ביי זיינע טישן, זיין אייניקל דער בלאזשאווער רב שרייבט אין א תשובה אין זיין ספר צבי לצדיק סי' י"ג, אז די ווערטער וואס זענען געשריבן אין אגרא דכלה האט דער מחבר געזאגט שבת ביים טיש צו דערוועקן יידישע הערצער.
אויסגאבעס
רעדאַקטירןנאך דער פטירה פון מחבר, האט רבי ישעיה דוד שפירא, א זון פון רבי משולם זושא שפירא, דער עלצטער זון פון מחבר, געפאדערט אז דער רעכט צו דרוקן דעם זיידנ'ס כתבים געהערט אים, נאכדעם וואס מען האט געזעצט א בי"ד פון דריי רבנים איז ארויס דער פסק אז מען זאל אים איבערבעטן מיט געלט און אז דער כתב יד פון דעם ספר אגרא דכלה, וואס איז געווען ביי רבי שמואל שפירא, א זון פון מחבר, געהערט צו רבי ישעיה דוד. אין יאר ה'תרכ"ו האט רבי ישעיה דוד איבערגעגעבן דעם כתב יד צו רבי מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, און ער האט דאס נאכהער פארקויפט צו רבי אברהם ניסן זיס, וועלכער האט זוכה געווען ענדליך ארויס צוגעבן דאס ספר.
- לעמבערג תרכ"ח.
- פרעמישלא ה'תר"ע.
- בני ברק ה'תשס"ו, ארויס געגעבן דורך הרב צבי אלימלך פאנעט קאסאנער רב, מיט א ביאור הצבי והצדק
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר אגרא דכלה פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
הסכמות
רעדאַקטירן- רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל דער לעמבערגער רב, ה' שופטים ה'תרכ"ח.
- רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל דער צאנזער רב, ד' תבא ה'תרכ"ח
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ מצמי"ח ישוע"ה לפ"ק ל"ב בינ"ה ודע"ת לפ"ק
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |