מגיד תעלומה
מגיד תעלומה איז א ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר
דער מחבר
רעדאַקטירןרבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר מגיד תעלומה איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא
אינהאלט
רעדאַקטירןדער ספר מגיד תעלומה איז א פירוש אויף מסכת ברכות אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען.
אויסגאבעס
רעדאַקטירןחלק א'
- פרעמישלא תרל"ו, דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא
- ירושלים ה'תשכ"ב.
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר מגיד תעלומה פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
הסכמות
רעדאַקטירן- רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל דער צאנזער רב, ג' פינחס ה'תרל"ד
- רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל דער לעמבערגער רב, ד' שופטים ה'תרל"ד.
- רבי שמעון סופר זצ"ל דער קראקעווער רב, כ"ט אדר ב' ה'תרל"ה
- רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל דער וויזשניצער רב, ט' אדר א' ה'תרל"ה
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים דער סיגעטער רב
- רבי אליהו פון דראהאביטש דער דראהאביטשער רב, ד' ויקהל ה'תרל"ה
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |