שלמה בנימין אשלג
פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:אישיות
פאראמעטערס [ ווייב ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע
געבורט | 1909 |
---|---|
טויט | 13 נאוועמבער 1983 (אלט 74 בערך) |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
פאך | רב |
ווייב | אהובה ליבא האזה (בת רבי דוד אהרן האזה מסוכטשוב) |
הרב שלמה בנימין הלוי אשלג (ה' טבת תר"ע; 17טן דעצעמבער 1909 - ז' כסלו תשמ"ד; 13טן נאוועמבער 1983) איז געווען א מקובל, א זון און פארשפרייטער פון דער תורה פון הרב יהודה לייב אשלג, דער בעל ה"סולם".
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו רב יהודה לייב אשלג און רבקה רויזא. אין יאר תרפ"ב (1922) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און האט געוואוינט אין ירושלים. ער האט געלערנט אין די ישיבות תורת אמת, חיי עולם און עץ חיים. אויך האט ער געלערנט אין א נאווהארדאקער "בית יוסף" ישיבה, וואו ער האט געלערנט בחברותא מיטן ראש ישיבה הרב הלל וויטקינד. אין יאר תרצ"ה האט ער חתונה געהאט מיט אהובה ליבא האזה, טאכטער של הרב דוד אהרן האזה, א סאכאטשאווער חסיד.