חיי עולם איז א חסידישער תורה אנשטאלט אין ירושלים. די "חיי עולם" ישיבה איז געגרינדעט געווארן י' תמוז ה'תרמ"ו (1886) אין דער אלטשטאט פון ירושלים דורך עטלעכע חסידישע רבנים, צווישן זיי הרב יהושע טראנק, דער קוטנער רב, זיין איידעם רבי חיים אלעזר וואקס און רבי יצחק דוד בידערמן, דער זון פון רבי משה לעלאווער.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די "חיי עולם" ישיבה איז דער חסידישער פאראלעל צו דער עץ חיים ישיבה ("תלמוד תורה הכללי והישיבה הגדולה עץ חיים") פון די פרושים, וואס הרב שמואל סאלאנט האט אויפגעשטעלט 45 יאר פריער.

דער ערשטער ראש ישיבה איז געווען רבי בנימין יהודה לייב בערנשטיין, דער איידעם פון רבי יצחק דוד בידערמן.

באקאנטע תלמידים

רעדאַקטירן