רעדן:הייד פארק (וועבזייטל)
פשט פון די יידיש הייד פארק טשעפן דעם אידישער וויקיפעדיע ?
רעדאַקטירןגענומען פון די היינטיגע נייעס:
- הייד פארק פארום ניקס באשמוצען אידישע וויקיפעדיע פארן באשרייבן פרייערהייט פון סעקסואלע אנגעלעגנהייטן. זעהן נישט פאר קיין הצלחה פאר די אידישע וויקעפעדיע, ווייל יעדער וואס שרייבט אן באצאלט איז לויט זיי משוגע און לויט זיי קען דאס נישט מצליח זיין, אבער זיי זענען מודה אז דער ענגלישער וויקיפעדיע איז זייער סוקסעספול אפילו דארטן זענען אויך אמבאצאלט די שרייבער און מ'דערלאזט אויך נישט קיין צענזור. אויך ווילן זיי שטארק באשמוצען אז דא שרייבט נאר איינער אליינס. [1]
דאס נאציישע קאנאביליזם וואס שפריצט פון יעדעס ווארט זייערער איז דאך שווער צו באגרייפן, וואס באדערט זיי אז עס וועקט אויף אזא טיפע האס? עס מוז דאך זיין עפעס מער ווי פרומקייט, עפעס מער ווי סתם אומפארגינערישקייט אדער קנאות? ווער קען דאס בשיידן?--משה 17:56, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- פשט פון די "שנאה" ווייס איך נישט. אבער די וויקיפעדיע איז אנדערש פון פארומען וואס ביי די פארומען איז פיל מער דינאמיש, משא"כ דא, קענסטו זיך מיען און שרייבן לאנגע ארטיקלען, און קיינער וועט דיר גארנישט זאגן. כדי צו דא תורם זיין דארף מען זיין באמת אינטרעסירט אין דער צוקונפט פון א יידישע ענציקלאפעדיע, נישט מער. ►רוני◄ 18:00, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
איך וויל מוסיף זיין אז די שנאה איז ניטש באגרעניצט צו הייד פארק דוקא איך באמערק דאס אין קטלא קניא אויכט, פון פריוואטע אי-מעיל'ס וואס איך האב אים געבעטן שוין איבער א יאר ער זאל שטעלן א לינק, צו אונז וואס ער שטעלט צו אלע כאלזן און לאנג אפגעשטארבענע סייטס. אבער בשום אופן שבעולם איז ער נישט וויליג דאס צו טאן. סא קען מען נישט זאגן אז דאס האט מיט אידישקייט ווייל קטלא קניא מאכט דאך חוזק פון אידישקייט. איז אלזא דא עפעס א פאראייניגטער סיבה צו די 2 מינע אידיש שרייבער אויפן אינטערנעט וואס זיי עסט וויקיפעדיע וואוקס. איך מיין מען זאל פרעגן שלום בערגער ווייל אין אנפאנג פלעגט ער אויך בארעדן און העצן וויקיפעדיע ער האט זיך היינט געטוישט זיין מיינונג און שרייבט שוין דא, איז דארף ער בעסער פארשטיין וואס דא גייט פאר.--משה 18:10, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
פחד פון פרייהייט פון ווארט
רעדאַקטירןאיין טעאריע קען זיין, איך וויל טאקע הערן וואס רוב עולם האלט צו דאס מאכט סענס. אז רוב אידישע שרייבער וואס קענען האבן די צייט און זיך ערלויבן צו אויסלערנען טייפן אידישע פאנטס אויפן קיבארד, זענען אין אלגעמיין פראפעסיאנאלע שרייבער, אין די חרדישע זשורנאלן, ווי דער בלאט און די שטערן א.א.וו., אדער אין די פרייע ווי די פארווערטס און די אלגעמיינער, דער צד השווה וואס פאראייניגט די אלע אינטערנעט יידיש שרייבער זענען אז זייער ברויט און פרנסה הענגט זיך אן אויף דעם יידישן ווארט. וויקיפעדיע שאפט עפעס א פחד ביי זיי אז יעדער שמויגער גייט זיך קענען אראפזעצן ביי א קאמפיוטער און אפשרייבן אינפארמאציע אין יידיש. דאס באדראעט זיי און פארוואנדעלט זיי אין צעיושטע חיות אונטערצוברעכן די פרייהייט פון אוסדרוק פון ווארט. אויב די טעאריע איז אמת איז דאס א שטערקערע פאדערונג צו זיך פלייסיגן מער בארייכערן און בויען אונזער וויקיפעדיע ווייל דאס ווייזט אז אפילו זיי די פארטייאישע לעקערס וואס לעבן פון שוויצן פאר די דיקטאטורן האלטן אויך אז עס איז דא קליינער ספק אז אידישער וויקיפעדיע וועט ברענגן פרייהייט צו אונזער חרדישער לעבן.--משה 18:23, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
די אויסשטעל פון וויקיפעדיע וועט נישט ארבייטן ביי פרומע
רעדאַקטירןאדער קען זיין אז זיי האלטן, און אפשר מיט רעכט, אז דער אויסשטעל פון וויקיפעדיע אז יעדער איינער קען שרייבן, וועט אוטאמאטיק אין די ענדע אויסקומען אז די ליידיגייער אן קיין פרנסה און אן קיין שום טאלאנט און דעת וועלן זיין די רוב שרייבער, ווייל חרדישע אידן אנדערשט ווי גוים האבן אסאך קינדער וואס מאכט זיי זיין פארנומען און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה נישט האבן קיין איין איבעריגע מינוט צו שרייבן פאר פריי אן קיין אפצאל. קומט דאך אויס אז דער אידישער שפראך וויקיפעדיע וועט זיין פארקערט ווי אלע שפראכן וויקיפעדיע. ווייל די נארמאלע יחידים וועלן קיינאמל נישט גארנישט שרייבן דא. כאטשיג וואס ביי אלע שפראכן וויקיפעדיע'ס איז דער כלל אמת, איז דאס אבער מער פרפארציאנאל ביי חרדים ווייל א גוי, אפילו ער איז פארנומען דארף דער דאך ווייניגער פרנסה ווי דער איד. נאכדערצו א גאר פרומער וואס לערנט יעדן טאג א שיעור תורה בלייבט אים גארנישט איבער צום וויקיפעדיע--משה 18:47, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- איך מיין אז דו האסט א טעות מיט וואס דו זאגסט אז פרומע ברויכן מער פרנסה ווי וועלטלעכע. איך מיין אז דער אמת איז פונקט פארקערט. אויך דיינע טענות אז די ערנסטע האבן נישט קיין צייט צו דער וויקיפעדיע איז נישט ריכטיג, יעדער איינער האט א ביסל צייט צו תורם זיין, מען דארף נאר וועלן. ►רוני◄ 20:50, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- אויף דעם לכוארה דארף מען זיי קענען בארואיגען, אז סוף כל סוף וועט זיך דאס נישט אויסשטעלן אזוי, ווייל לייידיגייער האבן אנדערע דאגות ווי אינפארמאציע דעטאבעיס, אוואדאי זענען מיר נישט אזוי קליג ווי זיי, אבער דאך האבן מיר א שאיפה צו זיין אזוי קליג ווי זיי. און מיט דער צייט וועלן זיך ארויפכאפן נארמאלע שרייבער, א שטייגער ווי באנוצער:קאצקער און באנוצער:שלום בערגער וואס טראץ זייערע טענות קעגן די פרייהייט דא, האבן זיי זיך שוין באטייליגט און אויסגעפארעמט די רוח און ריכטוג דא אסאך לויט זייער באגער. געדולד און צייט וועט זיי אלע איבערעדן.--משה 19:27, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
נישט גענוג נוצבאר
רעדאַקטירןפריינט, לאמיר זיך נישט נער'ן. ווי אומאנגענעם עס איז צו הערן דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם דאס צו פארשטיין. אויב קען איינער ענגליש (אדער העברעאיש, וכדו,)--און רוב יידיש רעדנדע קענען כאטש נאך איין שפראך למחצה שליש ורביע--איז דערווייל אסאך בעסער און פארלעסליכער צו ליינען ביי די אנדערע וויקיפעדיע, און ווייניג פילן עס האט א מעגליכקייט צו זיין אנדערש. (צו ווייל מ'איז פארנומען מיט פרנסה, צו מען האט נישט ליב אזא אפנקייט, צו ווייל דער היימישער עולם איז נישט אזוי אויסשטודירט אין אלגעמיינע ענינים, וכו'.)
וואס מיר קענען טון איז דאס איינצוזעהן און ארבעטן ווייטער און פלייסיגער עס זאל "יא" זיין נוצבאר. עס וועט נישט העלפן זיך צו טענה'ן מיט וויקיפעדיע'ס קריטיקירער ווייל זיי וועלן נישט ווערן איבערצייגט ווילאנג דער וויקיפעדיע ווייזט נישט קיין האפענונג. דער איינציגער וועג איז דורך אויפבויען און שרייבן ארטיקלען וואס זאלן ציען יידיש "ליינער", ווייל ווילאנג עס האט נישט קיין בעסערע אויסזיכטן וועלן נאך אסאך "שרייבער" נישט קומען. --קאצקער 19:43, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- דאס איז אויפריכטיגע ווערטער כמים קרים על נפש עייפה. איך דאנק דיך פון טיפן הארצן פאר מיך אויפלעבן, איך בין געווען זייער צובראכן פון זייער קריטיק. איצט האבן מיר שוין דעם לקח דערפון און מען דארף זיך נעמען צו די ארבייט.--משה 19:46, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- קאצקער, אויב אזוי, פארוואס איז דא הונערטער פארומס און בלאגס דווקא אויף די יידישע שפראך? דערפאר זעט מיר אויס אז יודל'ס ווונדער בלייבט שטיין אויף זיין ארט. לויט ווי איך פארשטיי, איז דער גאנצער געדאנק פון "פרייהייט אויף די יידישע שפראך" איז פרעמד און צושאקט פאר די וועלט, דעריבער מוזן מיר זיין געדולדיק ביז עס וועט ווערן ביי זיי פארכאפט אלץ א שטייגער. ►רוני◄ 20:57, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- אמת באנוצער:קאצקער איז לכוארה מודה צו די צוויי ערשטע טעמים פארוואס זיי עסט וויקיפעדיע וואוקס, ער לייגט נאר צו אז אנשטאט זיי פרובירן איבעריידן מוזן מיר אויסנוצען די צייט פאר זיי מער אויפרעגן און געווינען די מערכה דורך בארייכערן די וויקיפעדיע ביז זיי וועלן פלאצן און ווערן באזיגט. דערווייל האבן מיר זיך גארנישט מיט וואס צו גרויסען און זיי זענען די געווינער.--ברך משה 12:12, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
מיר זענען אליין שולדיג
רעדאַקטירןעס איז נישט קיין קלוגשאפט צו אטאקירן די וואס זענען קעגן דעם וויקיפעדיע. עס איז נישט ווירקזאם, און עס וועט גארנישט אויפטוהן צו זיי אויפקלערן. מיר דארפן דערגיין דעם שורש פון דעם פראבלעם, און פראבירן דאס צו פארעכטן.
זייער הויפט פראבלעם איז אז דא אין דעם אידישע וויקיפעדיע איז נישט דא קיין שום צענזור, און יעדער שרייבט אויף וועלכע נושא ער וויל, און נישט אלעס איז צופאסענד פאר דעם היימישען געמיינדע. איך האלט אז זיי האבן גערעכט, און מיר זענען אומגערעכט.
מיר טראכטן כסדר פון זיך פארגלייכן צו די אנדערע וויקיפעדיעס, ווי ענגליש און העברו, אינדערצייט וואס מיר פארקוקען א וויכטיגע פונקט. אין אונזערע אויגן קוקען מיר אויף דעם אידישען וויקיפעדיע זייער איינפאך: א וויקיפעדיע אין נאך א שפראך. דאס איז אבער נישט וואר, און עס טוט נישט אפשפיגלען דעם ריאליטעט. ווען מיר וואלטן ווען געווען ריאליסטיש, און געקוקט אויף דעם ווארהייט מיט אן אביעקטיווען בליק, וואלט דער סיטואציע געווען גאר אנדערש. מיר דארפן געדענקן איין זאך: יידיש ווערט גערעדט דורך יידן. יידיש איז נישט ווי ענגליש און אנדערע שפראכן וואס באלאנגט נישט צו א רעליגעזער פאלק. ענגליש ווערט גערעדט דורך מענטשען פון כלערליי רעליגיעס, און דערפאר ענטהאלט עס נישט אין זיך קיין גרעניץ פון א געוויסער רעליגיע. העברו איז טאקע א שפראך פון אידן, אבער ווי מיר אלע ווייסען איז די רעדע פון פרייע אידן וועלכע היטן נישט די תורה וועלכע איז צו זיי געגעבן געווארן.
דער ריאליטעט איז אז יידיש ווערט גערעדט דורך יידן וואס היטן אפ די תורה, און ווילן אז דאס זאל אזוי בלייבן און אז זייערע קינדער זאלן אויך נאכפאלגן אין זייערע וועגן. ווען עס איז דא א מעדיע וואס שטערט צו אט דעם ציל, איז נישט צום ערווארטען אז זיי זאלן דאס ארומנעמען מיט ברייטע ארעמען. אויב מיר וואלטן זיך צוגעשטעלט צו די געברויכן פון דעם ציבור וועלכער איז אנגעברייט צו זיין דער אוידיענץ פון דעם יידישען וויקיפעדיע, וואלטן מיר געהאט א גרעסערען שאנס צו סוקסעס. ~(באַניצער:Beneberaq)
- אין איין שורה לויט אים אידישע וויקיפעדיע נישט גענוג פרום, מוז האבן צענזור.--ברך משה 12:10, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
- מיר שרייבן דא נישט קיין כפירה נאר מען שרייבט אלע פארשידענע דעות אין יעדן ענין. אויב איר ווילט קענט איר פארשלאגן א חסידיפדיה. ►רוני◄ 13:05, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
- אין איין שורה לויט אים אידישע וויקיפעדיע נישט גענוג פרום, מוז האבן צענזור.--ברך משה 12:10, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
רוני, מאך זיך נישט פאר אזא תמים. די ווייסט גאנץ גוט אז ווען מען רעדט פון ארטיקלען וועלכע זעלכע קעגן דעם אידישען גייסט מיינט מען נישט נאר מינות און כפירה, נאר פיל מער ווי דעם, און וויל נישט אויסרעכענען וואס איך מיין אלץ, ווייל איך גלייב נישט אז עס איז נויטיג. די פארשטייסט אויך גאנץ גוט פון וואס מען רעדט. אלזא, מאך דיר נישט תמ'עוואטע.
- גלויב מיר, איך האב נישט געהאלטן אז פאנאגראפישע איידעלע אינפארמאציע קען שטערן פאר אזעלכע וואס האבן אינטערנעט צוגאנג. קען זיין אז איך בין טאקע א תמים. ►רוני◄ 20:41, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
ניין, עס שטערט נישט קיינעם אזוי שטארק די מיליאנען סייטס פול מיט פול ערגערע פארנאגראפיע ווי דער אידישע וויקיפעדיע. פארנאגראפיע אין אידיש דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען. אויב די פארשטייסט נישט דער בראך דערפון, דאן דרייסטו דיך נישט צווישען אידען בכלל. קען זיין די רעדסט אידיש, אבער קיין איד ביסטו נישט.
- זיי נישט מגזים, דא רעדט זיך פון בלויז אינפארמאציע, אויך די ביכער פאר חתנים איז מיט האט די אינפארמאציע. ►רוני◄ 20:48, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
אלעס צוליב א הייד פארק שרייבער
רעדאַקטירןמיינע טייערע פריינד! יעצט נאכן זיך נישט שפירן באדראעט אויב איך לאז זיך נישט דא הערן, און זיך פעסט אקעגנשטעלן קעגן מיינע אטאקירער, שפיר איך זיך דירעקט פריי זיך צו לאזן הערן דא, ווי די באדייט פון וויקעפעדיע "פרייהייט פון אויסדרוק".
מיר דארפן נאכגיין אביסל די היסטאריע פון הייד פארק כדי צו פארשטיין וואס איך מיין ארויסצוברענגען.
הייד פארק שרייבער באשטייען ס'רוב פונעם חסידישן עולם -וגם אני בתוכם- וואס האבן "נישט" קיין פראבלעם מיט אומצענזור, זיי קרוכן ארום אין גענוג אין נאך פלעצער אויפן אינטערנעט, וביניהם אין אנדערע וויקעפעדיע'ס וואס זיי באטייליגן זיך דארט מיטן שענסטן. ווען זיי זעהן א אומתורהדיג אויסגעהאלטן ארטיקל פארמאכן זיי דאס בלעטל און לויפן ווייטער. זיי האבן אבער א פראבלעם וואס זיי מיינען אז וויקעפעדיע ווערט דירעקטירט דורך איינעם א ניק אויף הייד פארק מיטן נאמען "אבישי" וואס ווי ער אליין שרייבט האט ער דארט אויף הייד פארק און אויך דא אויף וויקעפעדיע אסאך ניקס!. וואס איז דער פראבלעם מיט דעם אבישי? פארוואס באדערט עס פארן חסידישן עולם אויב ער דירעקטירט עס? און פארוואס מיינען זיי באמת אז ער דירעקטירט עס?
אבישי האט א לאנגע היסטאריע פון באשמוצען סאטמאר און אנדערע חסידישע הויפן, און זייער אסאך זאכן וואס זענען הייליג ביי זיי. אין די ענדע פון די שבעה פון הרב גרשון יעקאבסאן האט ער געשריבן אן ארטיקל אין דער אלגעמיינער זשורנאל (די ארטיקל האט ער געשריבן קודם אין זיין בלאג און עס דערנאך קאפירט אינעם אלגעמיינעם מיטן פען נאמען "אבי ריינער") ווי ער לייגט אראפ סאטמאר אלס א טעראר גרופע וועלכע לאזן זיך נישט אויפהייבן די קעפ און זיי זענען גאר שטארק מצוצמצם. ער פלעגט אנפירן א בלאג מיטן נאמען "דער אידישער וועלט" ווי ער האט טעגליך געגאסן עמערס מיט שמוץ קעגן חסידישע אידן בכלל און סאטמאר בפרט. ווי אויך האט ער אין זיין פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען וואס ער האט געטוישט צו "וויקי נייעס" נאכדעם וואס ער האט געפלאנט אהינצוברענגען אלע וויקיפידיע נייעס, באשמוצט סאטמאר און חסידישע אידן, וואס טייל פון די אשכולות לעבן נאך טיילווייז. אבער מערסטנס איז שוין אויסגעמעקט.
ווי אויך נאכדעם וואס ער האט געעפענט זיין פארום "עצור כאן חושבים" אין אידיש, האט דאס נישט צוגעצויגן צו זיך קיין איין חסידישע שרייבער צוליב מורא אז אויך דא איז זיין פלאן אינטער א שלייער פון פרייהייט פון ווארט צו באשמוצען און באזונגען. אינדערצייט וואס אין דער אנדערע לערנען פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען "שיעור עיון" האבן זיך פלאצירט פילע חסידישע שרייבער מיט היסטאריע פון שרייבן אין חסידישע פארומס.
הפנים די הייד פארק שרייבער האבן א שנאה צו אים -און מיט רעכט- פארן כסדר זיין פארנומען זיי צו באשמוצען.
איין שיינעם טאג אין די הייסע צייטן פון זיין פארום "דער אידישע וועלט" (-היינט וויקינייעס) מעלד ער אז ער ציט זיך אריבער מיט זיינע אלע באשרייבאכצער אין די אידישע וויקעפעדיע!
דאן איז די אידישע וויקעפעדיע געשטאנען אסאך אסאך שוואכער ווי היינט, עס האט געהאט גאר ווייניג ארטיקלען, און אפילו וואס עס האט יא געהאט איז געווען מאגער און דאר. ווידער אזויווי די אלע פריערדיגע מאל האט יעדער חושד געווען אז אויך דא האט ער די מאטיוון פון באשמוצען און באזונגען חסידישע אידן. און... אין די נאכאנאנדע וואכן וואס ער האט זיך דא פלאצירט האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פרישע ארטיקלען פון סאטמאר, חסידות, מחלוקת, סעקס, און אסאך אזאלכע וואס אין זיי איז שייך צו באשרייבן די שוואכקייטן פון חסידישע אידן.
ווי קאמיש איז געווען אז ער אליין איז געשטאנען און כסדר געעפענט אשכולות אויף הייד פארק מיט אן אינוויטאציע זיך צו באטייליגן אינעם וויקעפעדיע, א זאך וואס ער טוט נאך היינט. און ווען מען האט זיך קעגנגעשטעלט האט ער ווידער געטראפן א געלעגנהייט ארויסצוברענגען די כלומרשטע קעגנערשאפט פון חסידים צו פרייהייט פון ווארט.
די אלע פאקטן, אין שפיץ פון דעם וואס ער אליין שטייט כסדר און רופט מענטשן צו שרייבן אויף וויקעפעדיע (וואס מען טייטשט אויס אז ער זעט דערין נאך א געלעגנהייט צו באשמיצן), ווערט אויסגעטייטשט ביי רוב הייד פארק שרייבער אז אויך אונטער דעם וויקעפעדיע שטייט דער באקאנטער אבישי מיט פילע צענדליגער ניקס, אזויווי זיין סדר פלעגט זיין אין זיין הייד פארק פארום, און ער פלעגט דאס נישט באהאלטן נאר אפען ארויסשרייבן. דעריבער אויב איז וויקעפעדיע א זאך וואס ווערט דירעקטירט דורך איינעם וואס באשמוצט אונז כסדר, פארוואס זאלן מיר אפילו קלערן פון אהער קומען?
עד כאן די פשוטע פאקטן וואס האט פאר מיר און אנדערע חברים אויף הייד פארק געשטערט מיט דעם וויקעפעדיע אז מיר האבן זיך כסדר קעגנגעשטעלט קעגן דעם.
אבער היות איך בין געוואויר געווארן אז וויקעפעדיע ווערט געפירט דורך געטרייע מנהלים, גראדע נישט פונעם חסידישען קרייז, וואס האבן נישט קיין שום ציל צו באשמיצן קיינעם, נאר בלויז צו סערווירן א פרייהייט פון ווארט אויפן גאלדענעם טאץ. און כאטש אבישי מיט זיינע צענדליגע ניקס (וואס ווי דערמאנט איז ער דאס כסדר מודה אויף הייד פארק) האט אויך דא א היפשע ווארט, איז דאס אבער פארט נישט זיינס. און מיר קענען זיך רואיגערהייט אויפהייבן דעם קאפ און שרייבן איבער אלעס און אלעמען אן קיין צענזור, און עס מוז נישט באשמוצען קיינעם. דעריבער שפיר איך שוין פאר א זכיה אויפצולעבן און אויפצוארבעטן די וויקעפעדיע אויף אזא אופן אז עס זאל קיינעם נישט באשמיצען. ווייל אויך איך, און אויך יעדער האט די רעכט עס צו דירעקטירן! עס געהערט נישט פאר איינעם אליינס! און איך רוף אלע מיינע חברים אהערצוקומען און ציטירן קריטיק פון הייד פארק כדי צו זען וואס נאך מען קען פארבעסערן און באארבעטן וויקעפעדיע אויפן שענסן פארנעם, כדי זיכער צו מאכן אז איר אלע שפירט זיך דא באקוועם. ווייל נישט דאס פרייהייט פון ווארט שטערט אונז, חס מלהזכיר.
ווען איך האב זיך פראבירט אויפצוהייבן דעם קאפ דא און אויפארבעטן אנדערע ארטיקלן וואס איז שיין און נייטראל געשריבן געווארן, ווי אויך ווען איך האב אראפגעברענגט הייד פארק קריטיק קעגן וויקעפעדיע וואס אין יענעם אשכול טענהט מען זיך היפש ארום מיט אבישי מיט זיין ניק "וויליבוי" בין איך דא טאקע גאר שטרענג פארשריגן געווארן פארן זיך הייבן די קאפ. אבער די געטרייע מנהלים דא האבן אויפגעמערקט אז גענוג איז גענוג, וויקעפעדיע איז אונזער, עס איז יעדעמס! ווילאנג עס גייט מיט די געזעצן פון וויקעפעדיע מעג זיך יעדער אויפהייבן דעם קאפ, אפגעזען צו ער איז קעגן חסידישע אידן צו נישט.
איך זעה דערין א קלארע אנדייטונג אז די מנהלים לאדענען אונז איין פערזענליך צו שרייבן און האבן די זעלבע דין ווי יעדעם דא -אריינגערעכנט אפילט די מנהלים אליינס- אן קיין ראסיזם ח"ו.
איך האף אז איך האב קיינעם ח"ו נישט וויי געטון מיט מיינע שורות, אבער אזויווי מען האט עס דירעקט פארלאנגט פון מיר, און אזויווי עס איז וויכטיג צו קוקען דעם אמת אין פנים אריין און זיך נישט לאזן נערן, כדי צו קענען פארבעסערן אויפן צוקונפט, האב איך געשריבן דעם ריינעם אמת וואס יעדע הייד פארק שרייבער וועט מודה זיין דערצו, טייל אפען און טייל צווישן די שורות (באנוצער:אלזוז) (אנטשולדיגט איך האב פארגעסן אינטערצושרייבן, איך בין עס)--אלזוז 13:46, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
איך צייכן דא צו א הייד פארק לינק וואס מען זאל זיך איבערצייגן אין די קראנטקייט פון מיינע ווערטער, אין די אפענע ווערטער, און צווישן די שורות קען מען פונטקליך זען על מה יצא הקצף און אויף וועם מען האט דא תערומות וועגן די וויקעפעדיע. איר וועט דא קענען זען א גענויע טיפישע עקזעמפאל פון מיינע ווערטער אויבן. ווי ער קומט אין ליידנט איין דעם עולם, און דערנאך ווערן זיי באשמוצט אלס חסידישע צוגעמאכטע קעפ, און דערנאך זאגט דער עולם גענוי וואס עס באדערט זיי מיט די וויקעפעדיע. [2] אדער געב איך דא א צווייטע לינק [3] וואס ער שטעלט זיך אן ווי ער קומט איינלאדענען דעם עולם, און דערנאך ווען מען וויל נישט קומען טרעפט ער ווידער א געלעגנהייט צו באשמיצען די חסידישע אידן אלס די וואס ציטערן פון פרייהייט פון ווארט.--אלזוז 13:51, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
מיין פארשלאג:
- איך שלאג פאר א עצה וואס ענהאלט דריי שטיגן, און דערנאך וועט לדעתי וויקעפעדיע בליען ווי קיינמאל בעפאר!
1) מער נישט דערלאזן אזא זאך אז מען זאל אטאקירן אנדערע מיט שמוציגע לאזונגען און פארשידענע אוסריידן, ווען דער אמת איז אז די איינציגע סיבה איז ווייל יענער איז חסידיש און פרום. וויאזוי גענוי אויסצוארבעטן דעם געזעץ ווייס איך נישט. אבער נישט יעדער האט כח זיך צו באשיצען אזויווי איך האב געטוהן נעכטן אגאנצן טאג צו איטליכער מינוט וואס איך בין אטאקירט געווארן מיט מיאוסע לשונות של גנאי. און אז אויב דער וואס אטאקירט האט א אויבערהאנט טרייבט דאס אוועק דער שוואכלינג וואס האט נישט קיין געדולד זיך צו שלאגן ווי א נער. 2) רופען פערזענליך הייד פארק ניקס "אין תיבה אישית" און זיי מודיע זיין אז אדרבה זיי זאלן דא שרייבן פילע נארמאלע און סעקולערע ענינים און לייגן אין שאטן די אלע הודעות וואס לדעתם איז געשריבן געווארן דירעקט און אומדירעקט קעגן חסידישע אידן. 3) דערנאך ממנה זיין אלס איינע פון די מנהלים דירעקט א חסידישע איד, וואס וועט האבן א היסטאריע פון זיין קעגן צענזור, אבער שטארק חסידיש געשטימט. אזוי וועט זיין מנהלים פון אלע מינים.--אלזוז 15:03, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
- 1) ביסט גערעכט, אזוי דארף מען טון, אבער צומאלן דויערט ביז מען פארשטייט וועגן וואס עס רעדט זיך. 2) איך בין נישט זיכער אז ס'איז כדאי "זיך בעטן" מען זאל דא קומען שרייבן. 3) די וויקיפעדיע דארף זיין אָן צענזור פאסעדיג פאר אלערליי באנוצערס, דאס איז איר גאנצער געדאנק. איך האלט זאלט איר פארשלאגן א נייע יידיפדיע זאל זיין רעליגיעזיש, דאס קען זיין א גוטער פלאן. ►רוני◄ 21:02, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
הייד פארק באלאנגט פאר פארטייען
רעדאַקטירןזיי זענען אויסדרוקליך אויסן צו דערשטיקן יעדעס פרייען ווארט, ווייל דאס אז מען פארשעמט און באוואשט א מענטש פון די קעגענארטיגע פארטיי דאס גייט זיי נישט אן, נאר ווען מען באשמוצט א מענטש פון זייער פארטיי, דאס שטערט זיי. דא אין וויקיפעדיע איז א פאראייניגונג פון אלע פארטייען. און יעדער איינער מעג באשרייבן פובליק פיגור'ן דאס שטערט זיי. נישט עפעס אנדערשט. זיי זענען פארטייאישע דעמאגאגען וואס ווילן פארוואשן די מוחות צו האקן נאר ויף זייערע שונאים און פארווישן די עוולות פון זייערע פירער. מיר ברויכן יזך נישט שרעקן פאר הייד פארק. נאר אנגיין מיט אונזער ארבייט פון א פרייער אינפארמאציע אויסטויש אן קיין צענזור.--Zali 09:39, 5 אקטאבער 2006 (UTC)