ווארמס

(אַריבערגעפֿירט פון ווארמז)

װאָרמס (אמאל ווירמייזא) איז אַ שטאָט אין מערב דײטשלאַנד, אין דער פּראָװינץ רײנלאַנד-פֿאַלץ. װאָרמס איז געװען זײער אַ חשובע אידישע געמײנדע, װאו עס האָבן געװאױנט גדולי הראשונים אריינגערעכנט רש"י, עס ליגן דארטן באערדיגט דער מהר"ם מרוטנבורג, דער סמיכת חכמים, און דער מהרי"ל און נאך פילע פילע גדולי עולם.

וואָרמס אין 1630. די אידישע גאס איז אנגעצייכנט געל.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די שטאט אין אידישן-לשה"ק לעקסיקאן ווערט דאס אנגערוויפן ווירמייזא וואס ווערט שוין דערמאנט אין די ראשונים.

דער וואָרמסער רב, רבי אלי' בעל שם, האט דערציילט, אז די אידישע קהלה אין ווארמס איז געגרינדעט געווארן אין די צייטן פונעם חורבן פונעם ערשטן בית המקדש, ווען א חלק פון די אידן זענען פארטריבן געווארן ווייט אוועק צו 'מדינת הים', קיין ווארמס. ווארמס איז געווען א אידישע קהלה, אהערגעשטעלט מיט אלעּ פיטשעווקעס. עס האט אויך פארמאגט א בית דין של כ"ג - 23 רבנים, וואו מען האט דן געווען דיני תורה מיט ארבע מיתות בית דין. דער באקאנטער ווארמסער שמש, ר' יֹוזֶפא מַנְצְפך"ְ האט געוואוסט צו דערציילן, אז אין ווארמס האט איז גאר געווען א בית הסקילה ביים עק פונעם בית החיים.

ווען עזרא הסופר האט גערופן די אידן פון ווארמס ארויפצוקומען קיין ארץ ישראל, האט זיי גארנישט געשמעקט אלעס איבערצולאזן און זיך צוריק ציען קיין ארץ ישראל וואס איז דעמאלט געווען וויסט און פוסט. אין ירושלים האבן אינגאנצן געוואוינט עטליכע ארימע אידעלעך, וואס זענען נארוואס ארויפגעקומען פון בבל, און האבן זיך געבויט א קליין בית המקדש'ל (ווען מ'האט צום ערשט געבויט דעם צווייטן בית המקדש, איז עס געווען קליין און נעבעכדיג, די אידן האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו בויען א בית המקדש מיט גאלד און זילבער אזוי ווי שלמה המלך האט פארמאגט. מען האט עס אין שפעטערע יארן פארגרעסערט און פארשענערט ביז עס איז געווארן די שענסטע געביידע אין די וועלט. ווי די גמרא ערקלערט אין מס' סוכה (נא:): "מי שלא ראה" - ווער עס האט נישט געזען; "בית המקדש בבנינו" - דער בית המקדש אין זיין אויפבוי; "לא ראה בנין מפואר מעולם" - האט נישט קיינמאל נישט געזען קיין פראכטפולע געביידע). אין ווארמס האבן זיי זיך שוין גאנץ גוט איינגעוואוינט און זיי זענען שוין געווארן גאנץ באקוועם אין זייערע פראכטפולע הייזער. האבן זיי געענטפערט פאר עזרא "וואוינט איר אין גרויס ירושלים, און וואוינען מיר אין ק"ק גרמייזא, אין קליין ירושלים!".‏[1] ק"ק ווירמייזא יצ"ו, האט זיך שפעטער צוזאם געליטן די מערסטע צרות און גירושים, פיל מער ווי אלע אנדערע אידישע קהלות אין אייראפע.


תקופת הראשונים

רעדאַקטירן

אין די צייטן פון די ראשונים איז דארטן געווען א ווירבלדיגער שטאט מיט אידן, א שטייגער ווי רש"י הק' און נאך פולע

ווי די וועלט פארציילט איז רש"י הק' געבוירן געווארן אין דער שטאט, און עס איז נאך דא א בנין וואס מען פארציילט אז ווען רש"י'ס מאמע האט געשוואנגערט מיט אים איז א קייזער אריבערגעפארן דארטן און ער איז איר אנטקעגן געפארן און זי האט זיך צוגעדרוקט צום בנין און ער האט איר נאך אלץ געוואלט אראפקלאפן מיט זיין פיאקער איז געשען א נס און די וואנט האט זיך איינגעבויגן אויף אריין און זי איז דארט אריין און איבערגעלעבט, אנגעבליך ווייסט מען וועלכער בנין עס איז, אזוי אויך אנגעבליך ווייסט מען אין וועלכן הויז רש"י הק' איז געבוירן און עס שטייט נאך אין א גוטן צושטאנד.

אריינפארנדיג אין שטאט פארט מען אריבער א הויכן טויער, וואס דאס זעהט מען נאך היינט און עס ווערט שוין אויך געברענגט אין די ראשונים

גדולי ישראל וואס ליגן דארטן באערדיגט

רעדאַקטירן
  • רבי מאיר זצ"ל מהר"ם מ'רוטנבורג
  • מוה"ר ר' יעקב הלוי מולין סג"ל - דער מהרי"ל, פארפאסער פון דעם אלוועטליכן אידישן נוסח וואס עס ווערט פארגעדאוונט אין די ימים נוראים
  • סמיכת חכמים
  • הרב יאיר חיים בכרך זצ"ל, מחבר פון שו"ת חוות יאיר
  • רבי אליהו אשכנזי לואנץ - דער בעל שם פון ווירמייזא זצוק"ל
  1. רבי יהושע פלק כ"ץ אין הקדמת סמ"ע, מעשה נסים, צמח דוד, מגלת יוחסין לר' וואלף ווילנער, פנקס ק"ק קראקא, סדר הדורות, מצבת קודש.