רבי אלעזר המודעי איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

זיין צייט

רעדאַקטירן

דער רמב"ם אין זיין הקדמה[1] רעכענט אויס צוויי מאל דעם נאמען רבי אלעזר המודעי, איין מאל פון די ערשטע חבורה נאכן חורבן, מיט ראשי תיבות ר"א המודעי, אין איין מאל פון דער צווייטע חבורה ארויסגעשריבן רבי אלעזר המודעי.

רבי אליעזר המודעי איז געווען פון דריטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, א תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי

רבי אלעזר המודעי איז געווען פון פערטן דור תנאים, און פון ניינטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער צווייטער דור נאך דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, א חבר פון רבי טרפון [2].

אין משניות

רעדאַקטירן
  • מסכת אבות פרק ג' משנה י"א, רבי אלעזר המודעי אומר, [3] , המחלל את הקדשים, והמבזה את המועדות, והמלבין פני חבירו ברבים, והמפר בריתו של אברהם אבינו עליו השלום, והמגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים אין לו חלק לעולם הבא”

זעט אויך

רעדאַקטירן

רשימה:תנאים

רעפרענצען

רעדאַקטירן
  1. משניות סדר זרעים פ"ד
  2. יומא ע"ו ע"א
  3. אין די גמרא סנהדרין דף צ"ט איז אונזער גירסא רבי אל"י"עזר המודעי