קלאגנפורט
|
קלאגנפורט (דייטשיש: Klagenfurt am Wörthersee, סלאוועניש: Celovec, איטאליאניש: Clanforte), איז די הויפטשטאט פון דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע, אין עסטרייך. די שטאט ליגט אין דער דרום-מזרח'דיגער זייט פון קארניטיע, אויפן ברעג פונעם "גלאן" טייך. די שטאט איז אויפגעשטעלט געווארן אין דעם 12טן יארהונדערט און איר באפעלקערונג באשטייט פון נאענט צו 100,000 איינוואוינערס. 10% פון די איינוואוינערס זענען פון א קארינטיע-סלאווענישן אפשטאם.
די שטאט איז א פאפולערן טוריסטישן ארט. זי פארמאגט בערגן פון דעם צפון ביזן דרום, פילצאליגע פארקן און 23 שלאסן. אנדערע שיינע פלעצער אין קלאגנפורט זענען: "דער אלטער פלאץ" (דייטשיש: Alter Platz), דער "לינדווארם" פאנטאן (דייטשיש: Lindworm), דער באטאנישער גארטן, דער נאטור פארק, דער "ווארטערזע" טייך (דייטשיש: Wörthersee), און נאך. אין דער שטאט זענען פאראן אויכעט אוניווערסיטעט, פליפעלד, און א סלאווענישע גימנאסיע, ווי אויך א מיניאטורן פארק מיטן נאמען "מינימונדאס" (דייטשיש: Minimundus), און הערליכע שיינע הייזער און געביידעס וואס זענען אויפגעבויט געווארן נאך יארן צוריק, אין דער רענעסאנס עפאכע.
נישט ווייט פון דער שטאט שטייט דער פרעכטיגער "הוכאסטערוויץ" שלאס" (דייטשיש: Burg Hochosterwitz), וואס איז א באפעסטיגטער שלאס וועלכער איז פלאצירט אויף א שפיץ פון א בערגל, און כדי אנצוקומען אהין דארף מען ארויפקריכן דורך א צעקרימטן און א שווערן שטעג, און אויכעט אדורכגיין עטליכע טויערן אויפן וועג ארויף.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדי שטאט קלאגנפורט ליגט אין דער דרומ'דיגער זייט פון עסטרייך, ערגעץ אינמיטן וועג, נעבן דעם אינטערנאציאנעלן גרענעץ. קלאגנפורט געפינט זיך 446 מעטער העכער דעם ים פלאך, און ווערט אויסגעצויגן אויף א שטח פון 120.03 קילאמעטער. די שטאט ליגט אויף דעם ברעג פון דער "ווארטער אזערע" (דייטשיש: Vörthersee), און פונעם "גלאן טייך" (דייטשיש: Glan River). די שטאט איז ארומגענומען מיט בערגלעך וואס זענען צוגעדעקט מיט וועלדער, און מיט בערגן וואס דעגרייכן א הייך פון 1000 מעטער (3,300 פיס), אזוי ווי צום ביישפיל דער "אולריכסבערג בארג" (דייטשיש: Ulrichsberg). פון דער דרומ'דיגער זייט פון קלאגנפורט געפינט זיך די פערכטיגע בערגן קייט "קאראוואנקן" (דייטשיש: Carawanken), וואס איז אויכעט א טייל פון די אלפן בערג, און וועלכע שיידט אפ דעם פעדעראלן עסטרייכישן לאנד קארינטיע פון סלאוועניע און איטאליע.
היסטאריע
רעדאַקטירןאנפאנג, קלאגנפורט איז געגרינדעט געווארן דורך דעם הערצאג הערמאן פון שפאנהיים, אלס א פעסטונג און שוץ פאר די האנדל מארשרוטן וועלכע האבן זיך געפינען אין דער געגנט. די שטאט איז דערמאנט געווארן צום ערשטן מאל אין א דאקומענט פון דעם 12טן יארהונדערט, אין וועלכן דער הערצאג אולריק דער צווייטער, האט גע'פטור'ט דעם קלויסטער אין "פארא טשלאגענוורט" (Foro Chlagenvurth) (דער ערשטער נאמען פון דער שטאט) פון אפצאלן א שטייער. די זידלונג (אזוי האט מען עס גערופן דעמאלטס) האט איינגענומען א שטח וואס האט גאר אפט געליטן פון פארפלייצונגן, און דערפאר אין יאר 1246, האט דער הערצאג אולריק'ס זון, דער הערצאג בערנארד פון שפאנהיים, אריבערגעפירט דעם שטח צו מער א זיכערן פלאץ, און פאקטיש האט ער זיך פארעכנט ווי דער גרינדער פון דעם "מארק פלאץ", וועלכער האט באקומען א שטאנד פון א זעלבסטשטענדיגן מוניציפאליטעט, אין יאר 1252.
אין די נאכפאלגנדיגע יארהונדערטן, האט די שטאט געליטן פון פארשידענע אומגליקליכע געשעענישן אזוי ווי צום ביישפיל: ערדציטערנישן, אינוואזיע פון היישעריקן, די איבערפאל פון די טורקס, און געשעדיגט געווארן ביי דער "דייטשער לאנדווירטן קריג" (דייטשיש: Deutscher Bauernkrieg). אין יאר 1514 א מעכטיגע פייער האט כמעט אינגאנצן פארניכטעט די שטאט.
אין יאר 1518, נישט קענענדיג אויפריכטן און איבערבויען די שטאט, נאך די שרעקליכע שאדן וואס זענען פאראורזאכט געווארן צו דער שטאט, האט דער רוימישער קייזער מאקסימיליאן דער ערשטער, אוועקגעגעבן די טעריטאריע פאר געזעלשאפטליכע גרופן פון ארדענונג. די נייע אייגענטימערס האבן היפש אויפגעראכטן, באזירט און אנטוויקלט קלאגנפורט, און האבן איר פארוואנדלט אין א וויכטיגער קאלטורער און א פאליטישער צענטער. א קאנאל איז אויסגעגראבן געווארן מיט א ציל צו פארבינדן די שטאט צו דער אזערע ווי א מארשרוט וואס איז באניצט געווארן צו ליפערן האלץ פאר דער איבערגעבוי און אויפריכטונג פון דער שטאט.
אין יאר 1809, האבן די פראנצויזישע מאכטן אונטער נאפאלעאן באנאפארטע, פארניכטעט און געבראכן די מויערן פון דער שטאט (אויסער פון דעם מזרח'דיגן טויער וואס איז איבערגעבליבן) און צו אלעמענס איבערראשונג, איבערגעלאזט א גרויסע סומע פון געלט, וועלכע איז אנגעזאמלט געווארן דורך די איינוואוינערס פון דער שטאט.
אין יאר 1863, די פארבינדונג פון דער באן צו "סאנקט ווייט אן דער גלאן" (דייטשיש: Sankt Veit an der Glan) האט צימליך אויפגעהויבן דעם ווירטשאפט צושטאנד פון דער שטאט, אזוי ווי אויך די גרינדונג פון דער וויען-טריעסטער באן , וואס האט געברענגט מיט זיך די געבוי פון א הערליכער און א פרעכטיגער צענטראלער סטאנציע וואס איז פארניכטעט געווארן צוליב די באמבאדירונגען דורך דער צווייטער וועלט קריג.
דורך דעם 19טן יארהונדערט האט זיך די שטאט אנטוויקלט און פארוואנדלט געווארן אין א הויפטקווארטיר פאר דער קארינטיע-סלאווענישער קולטור. פילצאליגע באקאנטע סלאווענישע פיגורן האבן געוואוינט, שטודירט אדער געארבעט אין קלאגנפורט אין יענער צייט.
טראצדעם אין יאר 1919 איז קלאגנפורט איינגענומען געווארן דורך דער מיליטער פון דער פארייניגטער יוגאסלאווישער-סלאווענישער-קרואטישער-סערבישער קעניגרייך וואס איז נאר געגרינדעט געווארן. אין 1920 האבן זיך די יוגאסלאווישע מאכטן אוועקגעצויגן פון דעם שטאט'ס צענטער, און געבליבן נאר אין די דרומ'דיגע הינטערשטעט פון דער שטאט. שפעטער האבן זיי אוועגעצויגן פון דער שטאט אינגאנצן און נאך א רעפערענדום, די שטאט איז געבליבן אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך.
אין 1938,די באפעלקערונג פון קלאגנפורט האט זיך פארמערט אין 50%, הויפטזעכלעך א דאנק צו דער פארבינדונג און פאראייניגונג פון דער שטאט מיט די שטעטלעך סאנקט פיטער, אנאביכל און סאנקט מארטין. טראצדעם וואס די שטאט היפש אויפגעוואקסן, דורך דער צווייטער וועלט קריג, האט מען באמבאדירט די שטאט 41 מאל. 612 מענטשן זענען אומגעקומען, 443 געביידעס זענען פארניכטעט געווארן אינגאנצן און 1,132 געביידעס זענען ערנסט באשעדיגט געווארן.
אין 1961 איז קלאגנפורט געווארן די ערשטע שטאט אין עסטרייך וואס האט אויפגעשטעלט א געגנט וואס איז געאייניגט ספעציעל פאר פוס-גייערס.
אין 1973 וויבאלד קלאגאנפורט האט איינגעשלאסן אין זיך נאך 4 דערנעבנדיגע מוניציפאליטעטן - וויקטרינג מיט איר גרויסן קלויסטער, וואלפינץ, הארטנדארף און סאנקט פעטער אם ביכל, די שטאט'ס האט זיך פארגרעסערט מיט 90,000 איינוואוינערס.