פינחס פינטשיק
פינחס פינטשיק (ה'תר"ס – ה'תשל"א), געבוירן פינחס סג"ל, איז געווען א חזן, א זינגער און א קאמפאזיטאר פון חזנות שטיקלעך און פאלקסלידער אויף יידיש.
געבורט |
1900 אוקראינע | |
---|---|---|
טויט |
1971 (אלט 71 בערך) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
פאך | זינגער, קאמפאזיטאר | |
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןפינטשיק איז געבוירן געווארן אין זשיוועטעוו, פאדאליע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראינע) אין תר"ס, מיטן נאמען פינחס סג"ל. יונגערהייט האט ער געלערנט איןישיבה אין סקווער.[1] אין סקווער פלעג ער הערן די חזנים וואס זענען געקומען דארט אהין. נאכהער האט ער שטודירט מוזיק אין דער קיעווער קאנסערוואטאריע. אנהייב האט ער געזינגען פאלקסלידער, און ער האט געראכטן קאנצערטן אונטערן נאעמן "פינטשיק", דער נאמען וואס איז געבליבן ביי אים א גאנץ לעבן. אויך איז ער געווארן א חזן אין א שול אין קיעוו.
אין תרפ"ג האט מען אים אויפגענומען אלס הויפט חזן אין דער פעטראגראדער שול, דעם אמט האט ער געהאלטן ביז תרפ"ו. דארט האט ער געדארפט זינגען חזנות שטיקלעך פונעם קאמפאזיטאר לעוואנדאווסקי פון בערלין, וואס איז נישט געווען לויט זיין מסורת.
אין תרפ"ו האט זיין חבר איציק פעפער געהאלפן אים באקומען דאקומענטן ארומפארן אייראפע און די פאראייניגטע שטאטן. ער איז געווארן שטארק באגייסטערט פון אמעריקע און איז געבליבן דארט. ער פלעג דאווענען אין דער "כנסת ישראל נוסח ספרד שול" אין שיקאגא.
פינטשיק איז באקאנט פאר דער חסידישער ווארעמקייט אין זיין דאווענען. זיינע מערסטע באקאנטע שטיקלעך זענען רזא דשבת און דער "רבונו של עולם" פון ספירת העומר, וואס זענען געווארן קלאסישע חזנות שטיקלעך וואס אסאך חזנים מאכן נאך ביזן היינטיקן טאג.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ פיער פינטשיק ביים מילקן ארכיוו
וועבלינקען
רעדאַקטירן- ארטיקל וועגן פינטשיק אין דער הצופה צייטונג, פון עקיבא צימערמאן
- די פלאטע "צוויי זייטן פון פינטשיק" (ארכיווירט 03.03.2016 ביי דער Wayback Machine) ביי Judaica Sound Archive פון פלארידע אוניווערסיטעט.