פרשת וילך
סדרה אין דברים
וילך איז די ניינטע סדרה אין ספר דברים. זי איז די קלענסטע סדרה אין דער תורה מיט 30 פסוקים. ווען ראש השנה געפאלט מאנטיג אדער דינסטיק לייענט מען וילך באזונדער (״בג המלך פת וילך״) שבת שובה (דעם שבת נאך ראש השנה). ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק אדער שבת לייענט מען נצבים-וילך צוזאמען דעם שבת פאר ראש השנה.
טעמעס אין דער סדרה
רעדאַקטירן- אין דעם סדרה ווערט באפוילן די מצוה פון שרייבן א ספר תורה; דאס איז די לעצטע מצוה אין דער תורה.
הפטורה
רעדאַקטירןווען מען לייענט וילך פאר ראש השנה איז די הפטורה ״שוש אשיש״, די לעצטע הפטורה פון די שב דנחמתא. ווען מען לייענט וילך שבת שובה איז די הפטורה ״שובה ישראל״ (מיכה).