סעודת המפסקת איז טייטש די אפטיילונג סעודה און איז די סעודה וואס מען עסט איידער א תענית וואס האלט אהן א טאג מיט א נאכט פאנגט זיך אהן.

עס זענען דא 2 סעודות המפסקת איבער דעם יאר, איינס אום ערב תשעה באב, און די צווייטע אום ערב יום כיפור.

הלכות און מנהגים

רעדאַקטירן

עס זענען דא פארשידענע הלכות און מנהגים ביי די סעודת המפסקת.

  • וויבלאד עס איז די לעצטע סעודה פון פאר די תענית פאנגט זיך אהן איז דא וואס האלטן אז מען דארף זיך אויסנעמען פארן בענטשן אז מען גייט עסן נאך עפעס פאר די תענית קומט אריין, אויב מען וויל עפעס עסן, אנדערש מעג מען נישט עסן.

ערב תשעה באב

רעדאַקטירן
  • ערב תשעה באב זיצט מען אויף דער ערד ווען מען עסט די סעודה, און מען עסט דאס נישט צוזאמן מער ווי 2 מענער, כדי מען זאל נישט מחויב ווערן צו בענטשן מיט מזומן.
  • ערב תשעה באב פירט מען זיך צו עסן אן איי מיט אש ביי דער סעודה, ווייל מען זאל זיין גלייך צו אן אבל.

ערב יום כיפור

רעדאַקטירן
  • ערב יום כיפור פירט מען זיך צו דאווענען מנחה פאר דער סעודה און מען זאגט על חטא ביי מנחה, כדי אז אויב דערשטיקט מען זיך ביי די סעודה זאל מען האבן געזאגט ווידוי.