מוכאמאד דער זעקסטער

מלך פון מאראקא

מוכאַמאַד דער זעקסטער, קעניג פון מאראקא (ענגליש: Mohamed VI de Marruecos, אַראַביש: محمد السادس; געבוירן דעם 21סטן אויגוסט 1963) איז דער איצטיקער קעניג פון מאראקא, זייט דעם 23סטן יולי 1999.

מוכאמאד דער זעקסטער
محمد السادس بن الحسن
King Mohammed VI (cropped).jpg
געבורט 21 אויגוסט 1963 (אלט 59)
ראַבאַט, מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה Flag of Morocco.svg מאראקא
באשעפטיגונג איניציאטאר, באנקיר, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דינאסטיע
22טער מלך פון מאראקא
23 יולי 1999
(23 יאר)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

ביאגארפיערעדאַקטירן

 
מוכאמד דער זעקסטער אין זיין יונגט

מוכאַמאַד איז געבוירן געווארן אום 21סטן אויגוסט 1963 אין ראבאט, די הויפּטשטאָט פון מאראקא, דער זון פון חאסאן דער צווייטער, קעניג פון מאַראָקאָ. ער האט באקומען א רעליגיעזע און קאנסערוואטיווע ערציאונג אין דער קעניגליכער שולע. ער האָט גראַדואיִרט מיטלשולע אין 1981, און אין 1985 האָט ער גראַדואיִרט מיט א דיפלאם אין געזעץ פון ראבאט אוניווערסיטעט פון מַאַראַקאַ.

דעם 21סטן מערץ 2002, האָט מוכאַמאַד דער זעקסטער חתונה געהאַט מיט סעלמאַ באַנאַני (פרינצעסין לעלאַ סעלמאַ, געבוירן אין 1978), אַ קאָמפּיוטער אינזשעניר פון פאַך אויס. זייער ערשטער זון און יורש צום טראָן, פּרינץ מולאי כאַסאַן, איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן מײ 2003. זייער טאָכטער, פּרינצעסין לאַלאַ כאַדידזשאַ, איז געבוירן געוואָרן דעם 28טן פעברואר 2007.