13 הופפער איז דאס ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופפער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט.

די נייע 14 הופער שוהל ביי די לעצטע פאזעס פון עס איינרישן און באנייען אויף ראש השנה תשס"ז

דאס ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרונים זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די אלטע ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, האבן זיי געעפנט א נייעם אייגן ביהמ"ד.

אזוי אויך האבן זיי איינגערישט דעם נייעם ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן צו לערנען תורה, מיטן צושטעלן א ריזיגער היכל התורה און א אוצר הספרים מיט כל ערליי ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך. היינט צוטאג איז די היכל התורה דער גרעסטער לערנען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואו אידן זיצן און לערנען פון גאר פרי ביז שפעט ביינאכט, אזא מין שטייגער ווי די היכל התורה היכל ראזענבערג אין קרית יואל אין היכל חי' אין בארא פארק.

און יאר תשס"ו האבן די ראשי קהילה און גבאים פונעם ביהמ"ד געבויט א פרישן, סאך גרעסערן ביהמ"ד קעגן איבער אויף 14 הופער סטריט, וואס איז געווארן נאכגעפאלגט מיט גרויס סענזאציע און אלע וועלטליכע צייטונגען אלס דער "נס ביהמ"ד" צוליב וואס עס איז געבויט געווארן דורך הרב שלום לאנדא און יצחק ראזנבערג אין א קורצן צייט אפשניט פון בלויז 14 טאג, פונעם גרונד ביז דער ענדע. דער נייער ביהמ"ד איז באנייט געווארן ראש השנה תשס"ז צוזאמען מיטן סאטמארער רבי רבי אהרן.

וועלטליכע צייטונגען באשרייבונגען

רעדאַקטירן