סאטמאר שוהל 13 הופער

די נייע 14 הופער שוהל ביי די לעצטע פאזעס פון עס איינרישן און באנייען אויף ראש השנה תשס"ז

13 הופער איז א סאטמארער - אהרונים שול אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט.

דער ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרונים האבן פארלוירן די אייגענטומערשאפט פון דער סאטמאר זאלי שוהל אויף ראדני סטריט, האבן זיי געעפנט א נייעם אייגן ביהמ"ד.

אויך האבן זיי איינגערישט דעם ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן צו לערנען תורה, מיטן צושטעלן א אוצר הספרים מיט כלערליי ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך, קאווע טיי און פארבייסן. היינט צוטאג איז די שוהל דער גרעסטער לערנען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואו אידן זיצן און לערנען פון גאר פרי ביז שפעט ביינאכט, אזא מין שטייגער ווי אמונת ישראל אין בארא פארק.

און יאר תשס"ו האבן די פירער פון ביהמ"ד געבויט א פרישן, סאך א גרעסערן ביהמ"ד קעגן איבער אויף 14 הופער סטריט, וואס איז אויפגעשפילט געווארן מיט גרויס סענזאציע און אלע וועלטליכע צייטונגען אלס דער "נס ביהמ"ד" צוליב וואס עס איז געבויט געווארן דורך הרב שלום לאנדא און יצחק ראזנבערג אין א קורצן צייט אפשניט פון בלויז 14 טאג, פונעם גרונד ביז דער ענדע. דער נייער ביהמ"ד איז באנייט געווארן ראש השנה תשס"ז צוזאמען מיטן סאטמארער רבי, רבי אהרן.

וועלטליכע צייטונגען באשרייבונגעןרעדאַקטירן