רבי מנחם מענדל פרידמאן זצ"ל (ג' תמוז ה'תרל"ו - י"א תשרי ה'תש"ג), פון באהוש.

מנחם מענדל פרידמאן
קיין פריי בילד
געבורט 1876 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 אקטאבער 1943 (אלט 67 בערך)
באהוש, קעניגרייך פון רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מנחם מענדל איז געבוירן ג' תמוז ה'תרל"ו, צו זיין פאטער הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזיבוז.

רבי מנחם מענדל האט אנגעפירט מיט דער ישיבה בית ישראל וואס איז אויף געשטעלט געווארן אין באהוש, צוזאנען מיט זיין שוואגער רבי דוד טווערסקי. נאך זיין שווער'ס פטירה - כ"ג ניסן ה'תרפ"ג - איז ער געווארן רבי פון באהוש צוזאמען מיט זיין שוואגער. ערשט ווען זיין שוואגער האט זיך אוועק געצויגן קיין יאס האט ער איבערגענומען די רביסטעווע אליין.

ווען דער אנטיסעמיטשע פארטייען האבן אנגעהויבן צו געוועלטיגן, און מען האט גענומען פייניגן די יידן דורך די אייזירנע געווארדיע, האט רבי מנחם מענדל זיך קאמפלעט אוועק געגעבן צו העלפען זיינע ברודער.

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן י"א תשרי ה'תש"ג ער ליגט אין באהוש.

רבי מנחם מענדל האט געהייראט י' שבט ה'תרנ"ב מרת בלומא רייזיל א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן, פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק פרידמאן, ער איז נפטר געווארן אין בוקארעסט.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (39)