רבי יעקב דוד פרידמאן זצ"ל (ה'תרנ"ד - כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו), פון פאשקאן און יפו.

יעקב דוד פרידמאן
קבורה ארט נחלת יצחק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יעקב דוד איז געבוירן אין באהוש אין יאר ה'תרנ"ד, צו זיין פאטער הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת אלטא נחמה גיטל, א טאכטער פון הרב מנחם נחום דוב בער פרידמאן, פון סאדיגורא.

נאך דעם חורבן אייראפע האט רבי יעקב דוד געוואוינט אין בוקארעסט ווי ער האט זיך אוועק געגעבען אויפצוהייבן און ארויסהעלפען די אלע צובראכענע יידן, אין יאר ה'תש"י איז אים געלונגן ארויס צוגיין פון ראמעניע און ארויף צופארן קיין ארץ ישראל. אין ארץ ישראל האט רבי יעקב דוד זיך באזעצט אין יפו, ביז קורץ איז זיין שטוב געווארן ווי א מאגנעט פאר חסידישע יידן און ספעציעל פאר די ראמענישע יידן, און דורך זיין ווירקונג האט ער צוריק געברענגט אסאך יידן צו יידישקייט.

רבי יעקב דוד איז נסתלק געווארן כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו, און ער ליגט אין ביה"ח נחלת יצחק אין תל אביב.

זיין רביצין מרת חיה שרה סימא איז נפטר געווארן ט' כסלו ה'תשל"ח.

רבי יעקב דוד האט געהייראט מרת חיה שרה סימא, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס שוועסטער) הרב פנחס העשל, פון זינקאוו. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל שלום יוסף פנחס פרידמאן. ער האט געהייראט מרת שיינדל שרה דבורה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, דער באהושער רבי אין ארץ ישראל.
  • מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב ברוך שפערבער, א זון פון הרב דוד שפערבער, רב אין בראשאוו.
  • מרת אסתר דינה ברכה, די ווייב פון ר' משה שפירא ( - ט' ניסן ה'תשכ"ב) א זון פון איר פעטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (24)