משה גרילאק

שרייבער און רעדאַקטאָר
(אַריבערגעפֿירט פון משה גרילק)

רבי משה חיים גרילאַק (געב' כ"ח אדר ה'תרצ"ו 22טן מערץ 1936 - כ"ה אייר, ה'תשפ"ג) איז געווען א שרייבער און דער רעדאקטאר פון משפחה און איז א גרויסער רעדנער און שרייבער צו פארטיידיקן און פארליבן אידישקייט אויף אלע פרייע אידן.

משה גרילאק
קיין פריי בילד
געבורט 22 מערץ 1936
אנטווערפן, בעלגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 מאי 2023 (אלט 87)
כ"ה אייר, ה'תשפ"ג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער האט געלערנט אין קול תורה, און אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין אנטווערפן, בעלגיע, צו חסידישע עלטערן. ווען דער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן זענען זיינע עלטערן אנטלאפן קיין פראנקרייך. ווען די מלחמה האט זיך געשטארק איז ער אליין אנטלאפן קיין שווייץ, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי א צווייטער פאמיליע ביז נאכן קריג.

נאכן קריג האט ער זיך צוריק פאראייניגט מיט זיין פאמיליע.

נאך זיין חתונה האט ער זיך געצויגן קיין סאו פאולא, בראזיל, וואו ער האט מקרב געווען אידן.

ער האט געדינט אלס א לאנגיעריגער רעדנער פאר דער ערכים ארגאניזאציע, צו מקרב זיין אידן צו תורה און מצות.

בעולם הכתיבה

רעדאַקטירן

ער איז געווען גאר א באקאנטער שרייבער. פון די ערשטע פלעצער וואו ער האט געשריבן איז געווען אין דער פרייער מעריב צייטונג, וואו ער האט געהאט א וועכנטליכע רובריק, וואו ער האט געשריבן איבער אידישקייט און די פרשת השבוע.

א צייט שפעטער איז ער געווען פון די ערשטע שרייבערס און גרינדערס פון דער ליטווישער יתד נאמן צייטונג אין ארץ ישראל.

שפעטער האט ער געדינט אלס דער רעדאקטער פון דער העברעאישער משפחה מאגאזין פאר לאנגע יארן. ער האט דארט געהאט א וועכנטליכער קאלום, צו וועלכן גאר אסאך ליינער האבן ארויסגעקוקט.

אין משפחה האט ער געגרינדעט דער תורה'דיגער מאגאזין "קולמוס", וואס קומט מיט'ן משפחה מאגאזין יעדן יום טוב.

צווישן אנדערע האבן ער ארויסגעגעבן צענדליגער נאוועל ביכער, אונטער דער פסעוודאנים פון "חיים אליאב".

זיינע ביכער

רעדאַקטירן

צווישן זיינע ביכער ציילן זיך:

  • פארכאפט אין נעץ
  • אין די גאסן פון מאסקווע
  • דע פענציסקא
בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן