דוד פרידמאן
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו.
רבנות
רעדאַקטירןרבי דוד איז געווען זייער באליבט ביים פאטער, ער האט אים געריפען דער חכם. כאטש וואס ער איז געווען זייער יונג, האבן זיך דעם פאטער'ס חסידים ארום געכאפט ארום אים, און זיי האבן זיך שטארק גערעכנט מיט אים.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי דוד איז נפטר געווארן אין עלטער פון פינף און צוואנציג יאר ה' שבט ה'תרמ"ט, און ליגט אין באהוש אינעם אוהל וואס מען האט שפעטער געשטעלט פאר זיין פאטער.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי דוד האט געהייראט בזיווג ראשון מרת דבורה ( - ) א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס שוואגער) הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזשביזש. זייערע קינדער:
בזיווג שני האט רבי דוד געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אפרים מרגליות פון מאטשיאוו, אן איידעם פון הרב אברהם טווערסקי, דער טוריסקער מגיד. זייערע קינדער:
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערך אביו (26)