מוסטער:Portal:Current events/2007 מאַרץ 25
זונטאג תשס"ז, מארטש 25 2007
רעדאַקטירן- פארשטייער פון יו ען אויף א טור באזוך אין באבוב מוסדות אין בארא פארק גייען ארויס באגייסטערט פון אידישען פאלק. ר' יוסף יצחק יאקאבסאהן האט זיי ארומגעפירט, און קומט צום אויספיר אז דער איינציגסטער סיבה פארוואס דער וועלט ווייסט נאר פון די אנטיסעמיטישער זייט פון די יו ען איז ווייל, זיי זענען בלויז עקספאוזט צו די ציוניסטישע אידן וואס מאכן אזא פאלשטן איינדרוק, אז אידישקייט האט גארנישט מיט תורה, דעריבער זעהן זיי נישט קיין קיום און תכלית אין א פאלק וואס האט נישט קיין יוניווערסיאלער מעסעדזש. (אלגעמיינער)
- קאנאדע: קאנדידאט אין קאנפעראנץ קאל מיט בני ברית שאקלעט זיך אפ פון זיין פארטייס קאנדידאט וואס ערקלערט אנטיסעמיטישער לאזונג אז אידן האבן אונטערגעבראכן די עקענאמיע אין ארגענטינא. (מאנטיראל גאזעט)
- האטעל גויאישע קאסטומער ברויזן אויף אייגענטומער וואס שטעלען זיך צו, צו חסידישע קאסטומער וואס האבן געדינגען אסאך צימערען משך פון יום טוב פסח און וועלן אפטיילן די זשים פון מענער און פרויען, און לייגן געהעריגע מחיצה ארום דעם סווימינג פול. (מאנטריאל גאזעט)
- מאנטריאל אידישע שפיטאל ברעכט זיך פאר די גויאישע קאסטומער אין פירט איין אפטייל צו עסן טריפה. (מאנטריאל גאזעט)
- רב אין לאנג ביטש באנוצט זיך מיט יוטוב טעכניק אויפציארבייטען זיין שול. (ניוזדעי)
- דאסמאל נטורי קרתא שטעלן זיך צו נאסאראלה דער הויפט ארכי-טעראריסט פון חיזבאלה, אין אינטערוויאו מיט לבנון צייטונג לויבט אים אויס ר' משה הירשס זוהן. (ען.אר.זשי.)
- אשקלון: אמצניעותדיגע שילדען פון עדווערטייזמענטס אנגעשמירט. - בילדער. (וויינעט)
- אראבישער מיניסטער פון מדינת ישראל טרעט אויף מיט דרשה אין רעפארמער שול. (וויינעט)
- רעפובליקאנער פארטיי הויפט רעכטער קאנסערוואטיווער פאליטיקער טאם דילעי ערקלערט: איך האב רעזעגנירט פון קאנגרעס צו קעמפן פאר ארץ ישראל. (זשעי.טי.עי.)
- פלעיווערד מצות שאפט הלכהדיגע שאלות. (ספאוקסמאן רעוויאו)