מאקארעוו אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע) איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבי'ס פון דער מאקארעווער דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי מנחם נחום טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאבל.

דער גרינדער פונעם מאקאראווער חסידות איז געווען רבי מנחם נחום טווערסקי, דער פערטער זון פון רבי מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבלער מגיד. נאך זיין פטירה אין תרי"א, איז זיין נאכפאלגער אין מאקאראוו געווען זיין זון רבי יעקב יצחק, וואס האט אנגעהויבן צו פירן נאך זיין פאטערס פטירה. נאך תרל"ה איז ער געווען דער עלצטער אייניקל פונעם טשערנאבלער מגיד און ער האט געצויגן טויזנטער חסידים פון גאנץ וואהלין.

רבי'ס פון דער מאקאראווער דינאסטיע

רעדאַקטירן

דער מאקארעווער בוים

רעדאַקטירן

רבי מנחם נחום טווערסקי (תקס"ה - ז' תשרי תרכ"א), רבי אין מאקאראוו—איידעם‏[1] ביי רבי יוסף טורטשינער, זון פונעם חוזה פון לובלין.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. זיין ווייב האט געהייסן הינדא מאטיל
  2. זיין ווייב האט געהייסן צפורה
  3. זיין ווייב האט געהייסן חוה
  4. זיין ווייב איז געווען מלכה, טאכטער פון הרב יחיאל פון קרילאוויץ