רבי חיים מנחם העשל זצ"ל (ה'תקצ"ז - כ"ד סיון ה'תרנ"ג), פון זשינקאוו.

רבי חיים מנחם איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ז, צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן.

אין יאר ה'תרכ"ד נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים מנחם געווארן ממלא מקום פון פאטער אין זשינקאוו

רבי חיים מנחם איז נפטר געווארן כ"ד סיון ה'תרנ"ג.

רבי חיים מנחם האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי פון טאלנא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת אסתר דינה א טאכטער פון הרב יחיאל מיכל פון קאשיווקא. זיינע קינדער:

  • מרת דבורה.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר