מאיר שפירא (בלאזשאוו)
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהושע שפירא, רב אין ריבאטוטש, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב מנחם מענדל מארילעס רב אין ראפשיץ, אן אייניקל פון רבי שמעון יעראסלאווער.
רבנות
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל איז געווען דער לעצטער רב אין בלאזשאוו.
פאר מען האט אוועק געפירט רבי מאיר'ל, האט ער איבער געגעבן זיינע כתבים פאר א גועאישן שכן אפצוהיטן, נאך די צווייטער וועלט קריג האט זיין ברודער דער בלאזשאווער רב פון אמעריקא זיי אויסגעלייזט, אין אוועק געגעבן פאר זיין תלמיד און חסיד הרב שלמה יהודה אינטראטער, פון ריישא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפער), הי"ד.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל האט געהייראט מרת באשא, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב יוסף שפירא. זייערע קינדער:
- הרב יוסף שפירא הי"ד, פון ריישא, ער האט צוגעגרייט זיין זיידן'ס כתבים דעם ספר קרן ישועה. טייל פון זיינע כתבים זענען געדריקט אין זכרון יוסף.
- הרב אפרים שפירא הי"ד.
- הכלה מרים הי"ד.
- הבתולה שרה הי"ד.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- זכרון מאיר - על התורה ומועדים
רעפערענצן
רעדאַקטירן- זכרון מאיר
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר