רבי מאיר רובין זצ"ל (ד' חשוון ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרנ"ח), פון גלאגאוו.

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין ראפשיץ ד' חשוון ה'תק"ץ, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל רובין, רב אין גלאגאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת חוה אסתר א טאכטער פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים.

רבי מאיר'ל איז געווען עטליכע יאר אין דאמבראווא ביי זיין שווער, נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווען רב אין גלאגאוו, נאכהער האט ער געוואוינט אין ריישא.

רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און זעכציג יאר כ"ט תשרי אדער ל' תשרי ה'תרנ"ח.

י"ד אלול ה'תר"ח האט רבי מאיר'ל געהייראט מרת מירל גאלא (י"ט אייר ה'תקצ"א - כ' אדר ), א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר פון דאמבראווא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר