ברוך רובין
רבי ברוך רובין זצ"ל (ח' אדר ב' ה'תרכ"ד - ל' כסלו ה'תרצ"ו), פון בריזדאוויץ.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי ברוך'ל איז געבוירן אין דאמבראווא דינסטאג נאכט ח' אדר ב' ה'תרכ"ד, צו זיין פאטער הרב מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין חתונה איז רבי ברוך'ל געווען אין מיקאלייעוו ביי זיין שווער, ער האט פארברענגט מיט זיין שווער צוויי שטונדן יעדען טאג צו פארשרייבן זיינע דברי תורה.
רבי ברוך'ל האט נאך אריין געכאפט צו זיין ביים צאנזער רב, און איז געווען א באליבטער תלמיד פון שינאווער רב.
אין יאר ה'תרנ"ה איז רבי ברוך'ל געווארן רב אין בריזדאוויץ אין אומגעבונג פון זידיטשוב, זיין שווער האט געגעבן אן הבטחה (צוגעזאגט) אזוי לאנג ווי רבי ברוך'ל וועט דארט זיין וועט נישט אויסברעכן קיין פייער אין שטאט.
ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי ברוך'ל אנטלאפן קיין דעעש, אין יאר ה'תרע"ז האט ער זיך באזעצט אין סאמאש-איואר און איז דארט געווען באקאנט אלס קאלאמייער רבי.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןזונטאג כ"ה תמוז ה'תרכ"ט - אין עלטער פון פינף יאר - איז רבי ברוך'ל געווארן פארלויבט מיט אין נאכהער געהייראט מרת שרה שלאמצא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין, א זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב. זייערע קינדער:
- הרב מאיר יוסף רובין הי"ד, פון קערעסטיר.
- מרת נחמה מינדל הי"ד, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משה פרישערמאן (ה'תר"ע (אומגעפער) - ח' אדר ה'תשל"ד), פון טאמאשאוו.
- מרת חוה, די ווייב בזיווג שני פון הרב חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב – י"ט כסלו ה'תש"ב), רב אין סאטמאר.
- מרת מירל גאלא, די ווייב פון הרב צבי הירש כהנא, פון ספינקא.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- שארית ברוך
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר