מאיר דן פלאצקי

פוילישער רב

הרב מאיר דן רפאל פלאצקי בעל הכלי חמדה (ה'תרכ"ו - ו' ניסן ה'תרפ"ח ; 18661928) איז געווען פון די חשובע רבנים אין פוילן אין אָנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט, איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל אין פוילן און אַ מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה, און דער מחבר פון דעם ספר כלי חמדה אויף חומש.

מאיר דן פלאצקי
געבורט 1866
ה'תרכ"ו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 מערץ 1928 (אלט 62 בערך)
ו' ניסן ה'תרפ"ח רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

ערשטע יארן רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין יאר תרכ"ו (1866) צו ר׳ חיים יצחק בער פלאצקער, א חסיד פון רבי העניך פון אלעקסאנדער און דעם שפת אמת פון גער, און זיין ווייב געלא. שוין אין זיינע יונגע יארן האט מען דערקענט זיינע פעאיקייטן און התמדה. ווען ער איז געווען 9 יאר אלט האט מען אים געשיקט צום בית מדרש פון רבי חיים אלעזר וואקס אין קאליש. צוויי יאר נאכהער האט רבי חיים אלעזר אים געשיקט צו לערנען ביי זיין שווער, רבי ישראל יהושע טרונק, דער קוטנער רב. ער האט געלערנט ביי אים צוויי יאר, און דערנאך איז ער אריבער לערנען אין סאכאטשאוו ביים סאכאטשווער רבי׳ן רבי אברהם בארנשטיין. אויף דעם רבי׳ן זיינע האט ער געזאגט: "האיר עיני בדרך לימוד בתורה הקדושה והתחלתי לטעום אצלו נועם מתיקות תורתנו הקדושה".‏[1] אין תרמ"ב (1882) האט ער חתונה געהאט אין דווארט. זיין שווער האט אים געקויפט א גרויסע ביבליאטעק און ער איז געבליבן דארט צען יאר אויף קעסט. ער איז געווען א חסיד פון די מחסידי גערער רבי׳ס: דער שפת אמת און זיין זון דער אמרי אמת.

רב און מנהיג רעדאַקטירן

אין 1891 האט ער אנגעהויבן דינען אלס שטאטס רב פון דווארט. אין 1903 האט ער פארעפנטלעכט זיין ערשטן ספר "חמדת ישראל", און אין 1906 דעם ערשטן טייל פון זיין ספר "כלי חמדה".

וועבלינקען רעדאַקטירן

הערות רעדאַקטירן

  1. אריינפיר צום ספר "חמדת ישראל"