סאכאטשאוו
|
סאכאטשאוו (פויליש : Sochaczew) איז א שטאט וואס געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טייך בזורא (ענ'), בערך 60 קילאמעטער דרום־מערב פון ווארשע, די הויפטשטאט פון פוילן. סאטשאטשאוו איז די הויפטשטאט פון דער סאכאטשאווער קרייז. די שטאט האט א באפעלקערונג פון ארום 37,000 איינוואוינער. (2007 ).
די יידן פון סאכאטשאוו
רעדאַקטירןיידן האבן געוואוינט אין דער שטאט אומגעפער 600 יאָר, דאס סאכאטשאווער חסידות איז אנטוויקלט געווארן אין דער שטאט דורך רבי אברהם בארנשטיין (דער "אבני נזר"), וואָס האָט אויך דארט אויפגעשטעלט א ישיבה, און וועמענס קבר געפינט זיך אויפן יידישן בית עולם פון דער שטאט.
בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה איז די שטאָט איז געווארן איינגענומען הין און צוריק דורך די דייטשן און די רוסן, און אין דעם גאנג פון די קעמף איז די היאיגע ייִדישע קהילה געווארן ליקווידירט, פיל זענען אנטלאפן אין ווארשע און פיל זענען אוועקגעטריבן און די קהילה האט זיך פארשפרייט. נאָך דער מלחמה האָט די קהילה זיך אָנגעהויבן זיך רעארגאניזירן, און האָט זיך אנטוויקלט ביז איר אומקום אין דער חורבן אייראפע.
קורץ פאר דעם אויסברוך פונעם צווייטן וועלט־קריג האבן געוואוינט אין דע שטאט עטלעכע 3000 יידן, בערך א דריטל פון איר באפעלקערונג. דעם 9טן סעפטעמבער 1939 איז די שטאט אקופירט געווארן דורך די דייטשן, וואס האבן דארט דערמארדעט א צאל יידן, און אונטערגעצונדן טייל פון זייערע הייזער. זיי האבן אוועקגעפירט די יידן פון דער שטאט צו צוואנגס ארבעט, סיי בײם בויען א בריק איבערן לאקאלן טײך, וואו עטלעכע פון די יידן זענען דערטרונקען געווארן, און סיי בײם בויען באפעסטיקונגען אין דער געגנט פון דער שטאָט, ניצנדיק די מצבות פון דעם אָרטיקן יידישן בית עולם.
אום 19טן יאנואר 1941 האט מען די יידן פון דער שטאט און איר אומגעגנט קאנצענטרירט אין א געטא ארומגערינגלט מיט א שטעכלדראט פּלויט, און א חודש שפעטער האט מען זיי אריבערעפירט אין דער ווארשעווער געטא, און זייער גורל דארט איז געווען דער זעלבער ווי די אנדערע ארטיקע יידן.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- מוסטער:אתר רשמי
- יזכור בוך פֿאַר דער יידישער קהילה (ארכיווירט 04.12.2016 ביי דער Wayback Machine) חרוב אין חורבן, פנקס סאכאַטשעוו - געווידמעט צום זכּרון פון די הייליקע פון אונדזער שטאָט (ארכיווירט 04.12.2016 ביי דער Wayback Machine), סקאַנירטע ספר, אויף העברעיש און ייִדיש (הייבט אויף זייַט 5), פֿונעם ניו יארק סיטי ביבליאָטעק וועבזייטל.
- מ. פרידמאן, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, וועגן די יידן פון דער שטאָט, פון דער סאכאטשאוו העפט
- סאכאטשאוו (Sochaczew), אין דער ענציקלאפעדיע פון די געטאס ביי "יד ושם" (אויף העברעיש)
- סאכאַטשאוו אויף דער וועבזייטל פון דער פוילישער יידישער ירושה צענטער סאמועל פֿישמאן און מרטין דין