קאליש
קאָליש (אדער קאַליש) (פּויליש: Kalisz, דײַטש: Kalisch, רוסיש: Калиш) איז א שטאט אין צענטראלן פוילן, 95 ק"מ מערב פון לאדזש, מיט 106,829 איינוואוינער (יוני 2009), די הויפטשטאט פונעם קאלישער ראיאן. די שטאט איז פלאצירט אויפן פראסנע טייך אין דרום־מזרח טייל פון דער גרויספוילישער וואיעוואדעשאפט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין קאליש 7,580 יידן.[1]
באוואוסטע פערזענלעכקייטן פון קאליש
רעדאַקטירן- רבי אברהם גאמבינער, דער מגן אברהם
- רבי צבי הירש חיות
- הרב שלמה אייגער
- יחיאל קריזע, מאלער
- דיאנא בלאשטשיק, גא שפילער
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןקאליש האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:[2]
- אדריע, איטאַליע[2]
- האם , דייטשלאנד (זייט 1984)[2]
- הויטמאן, פראַנקרײך (זייט 1958)[2]
- הערהוגאווארד, האָלאַנד (זייט 1992)[2]
- טאנגערען, בעלגיע
- לא לואוויער, בעלגיע (זייט 1998)[2]
- מארטין, סלאוואקיי (זייט 1996)[2]
- מינסק, בעלאַרוס
- סאוטהאמפטאן, ענגלאַנד (זייט 1989)[2]
- סענטענדרע, אונגאַרן [2]
- ערפורט, דייטשלאנד (זייט 1991)[2]
- פרעסטאן, ענגלאַנד (זייט 1989)[2]
- קאמעניץ, אוקראינע (זייט 1993)[2]