חנוך העניך הכהן לעווין
רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאַטין) (ה'תקנ"ח – י"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין אלעקסאנדער.
געבורט |
1798 פוילן |
---|---|
טויט |
21 מערץ 1870 (אלט 72 בערך) אלעקסאנדער, פוילן |
זיינע רביס | יצחק מאיר אלטער |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי העניך איז געבוירן אין לוטאמירסק אין יאר ה'תקנ"ח צו זיין פאטער הרב פנחס הכהן לעווין פון לוטאמירסק, און צו זיין מוטער מרת שרה חנה שאטען.
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין חתונה וואוינענדיג אין פרשיסחא איז רבי העניך געווארן צוגעצויגן צו דעם ייד הקדוש, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון דעם קאצקער רבין. נאך זיין פטירה איז רבי העניך געווארן פון די אנהענגער פון חידושי הרי"ם כאטש רבי העניך איז געווען עלטער פון אים.
רבי העניך איז געווען רב אין נאווידוואר און אין פראזשניץ, נאכהער האט ער זיך געצויגן קיין אלעקסאנדער, אין יאר ה'תרכ"ו נאך דער פטירה פון חידושי הרי"ם האבן די חסידים אויפגענומען רבי העניך אלס רבין, און ער האט אנגעפירט זיין רביסטעווע אין אלעקסאנדער.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי העניך איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תר"ל.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי העניך האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב יעקיל פון פרשיסחא. זייערע קינדער:
- הרב יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ( - י"ד אב|י"ד מנחם אב) פון מאלעניץ.
- מרת ברכה שפרה מרים
- מרת צפורה
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- חשבה לטובה