לעאנדינג

מוניציפאליטעט אין עסטרייך

לעאנדינג (דייטשיש: Leonding), איז די פערטע גרעסטע שטאט אין אויבער עסטרייך. אין צפון, גרענעצט זי זיך מיט דער געמיינדע "פושענאו" און מיטן דוניי טייך, אין מזרח מיט לינץ, אין דרום מיט טראון און אין מערב, גרענעצט די שטאט מיט פאשינג און ווילהערינג. לעאנדינג געהערט צום פאליטישן באצירק "לינץ לאנד". די באפעלקערונג פון לעאנדינג ריכטיג פאר 2017 איז 28.081 באוואוינער. געזעצליך, דער צושטענדיגער געריכט-באצירק צום וועלכן לעאנלינד געהערט איז דער טראון באצירק.

נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


לעאנדינג
דער צענטראלער פלאץ און די קירכע אין לעאנלינד, דעקארירט מיט וויינאכט'ס באלייכטונג
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°16′0″N 14°15′0″E / 48.26667°N 14.25000°E / 48.26667; 14.25000קאארדינאטן: 48°16′0″N 14°15′0″E / 48.26667°N 14.25000°E / 48.26667; 14.25000
בירגערמייסטער וואלטער ברונער
שטח 24.03 קוואדראט ק"מ
הייך 287 מעטער

 ‑ אין שטאָט

28.81‏  (שטייענדיג 2017)

ביז דער ערשטר העלפט פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, מיט ארום 5,000 איינוואוינער, הויפטזעכליך דארפישע, און א שטארקער אויפוואקס פון דער באפעלקערונג (וועלכער גראדע ציעט זיך היינט אויך) האבן געפירט צו א גרויסן אויפשוואונג. אין יאר 1975 איז לעאנדינג עמטליך דערקלערט געווארן א שטאט. זייט יאר 2011 איז לעאנדינג די גרעסטע שטאט פונעם באצירק און אויך די 15טע גרעסטע שטאט אין אויבער עסטרייך.

די שטאט איז באקאנט אלס א וויכטיגער צענטער פון האנדל און אינדוסטריע

געאגראפיע

רעדאַקטירן

לעאנדיג ליגט אין א הייך פון 287 איבערן ים פלאך. די אויסדענונג פון דער שטאט באשטייט פון 5.8 קילאמעטער פונעם צפונדיגן חלק און ביזן דרומדיגן, און פון מערב ביזן מזרח 7.4 קילאמעטער. די געזאמטער פלאך פון דער שטאט איז 24.1 קוואדראטן קילאמעטער. 8.7 פראצענט פונעם שטאט'ס געביט איז באוואלדערט, און 59.8 פראצענט ווערט גענוצט פאר לאנדווירטשאפט. דאס גרעסטע צוזאמענהענגנדע וואלד געביט איז דער קורנבערגער וואלד (דייטשיש: Kürnberger) די העכסטער פונקט געפינט זיך אין רופלינג, מיט א הייך פון 435 מעטער.

דער קלימאט אין דעם רוים פון לעאנדינג איז סיי סוב-אקעאניש און סיי סוב-קאנטינעטאל. די טעמפעראטור איז פארענדערליך אין לויף פונעם יאר. זי דעגרייכט צו מינוס זיבן גראדוס (צעלזיוס) אין יאנואר און 19.9 צעלזיוס אין יולי. די דורכשניטליכע מענגע פון נידערשלאגען איז ארום 59 מילימעטער אין די מאנאטן סעפטעמבער ביז אפריל, און שטייגט ארויף ביז צו אומגעפער 110 מילימעטער אין די זומער מאנאטן - יוני, יולי און אויגוסט. אין דורכשניט, די יערליכע מענגע פון נידערשאלגען מענגע קומט אן צו 870 מילימעטער אומגעפער.