לאנדאנער אונטערגרונט
צענטראל ליניע-צוג ביי לאנקאסטער גייט
אינפֿא
טיפ אונטערגרונט באן
לאקאציע גרויסלאנדאן, טשילטערן, עפינג פארעסט, טרי ריווערס און וואטפארד
צאל סטאנציעס 272 אפערירט (262 פֿארמאגט)
צאל ליניעס 11
טעגלעכע צאל פאסאזשירן 1.8 מיל. (יולי 2021)[1]
אפעראציע
געעפנט 10טן יאנואר 1863
פארוואלטער טראנספארט פאר לאנדאן
טעכניש
ליניע-לענג 402 ק״מ
אפשטאַנד 1,435 מ״מ
עלעקטריפֿיקאציע 630V ‏DC פערטע שינע

דער לאנדאנער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט דעם גרעסטן טייל פון גרויסלאנדאן, ענגלאנד, און עטלעכע ארומיגע געגנטן. ער איז די עלצטע אונטערגרונטיקע באן סיסטעם אין דער וועלט. די ערשטע ליניע איז געווען די מעטראפאליטאנע באן (היינט איז דאס א טייל פון דער האמערסמיט און סיטי ליניע), וואס האט געעפנט 10 יאנואר 1863.[2] אין אמת'ן 55% פון דער נעצווערק איז איבער דער ערד. רוב מענטשן אין לאנדאן רופן אים "דער טיוב" (Tube) ווייל די טיפע טונעלן זעען אויס ווי א רערל (אויף ענגליש tube).

דער אונטערגרונט האט 275 סטאנציעס און די ליניעס זענען לאנג אינגאנצן 408 ק"מ,[3] אזוי איז דאס די לענגסטע אונטערגרונטיקע באן אויף דער וועלט. אחוץ די היינטיגע סטאנציעס זענען אויך דא אסאך פארמאכטע סטאנציעס. אין 2005–2006 האבן 971 מיליאן פאסאזשירן געפארן, און אין 2006–2007 מער ווי א ביליאן. אין מערץ 2007 האט מען געמאלדן אז יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן פאסזאשירן (אויף ארבעטסטעג א דורכשניט פון 3.4 מיליאן).[4]

זייט 2003 איז דער אונטערגרונט א טייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), דער פארוואלטער פון פילצאליקע טראנספארט פונקציעס אין לאנדאן, למשל די בארימטע רויטע טאפלדעקבוסן. פריער איז דער פארוואלטער געווען לאנדאן אונטערגרונט באגרענעצט, אן אונטערגעזעלשאפט פון לאנדאנער רעגיאנאלער טראנספארט.

היסטאריע

רעדאַקטירן
 
די פאטאגראפיע ווייזט א דרומדיקן פעראן אויף דער נארדערן ליניע אין ענדזשל אונטערגרונט סטאנציע.

דער ערשטער אפטייל פון דער מעטראפאליטאנער באן און פון דעם לאנדאנער אונטערגרונט איז געווען צווישן פאדינגטאן און פֿארינגדאן, די ערשטע אונטערגרונטיקע שטאטישע באן פאר פאסאזשירן אויף דער וועלט. די ערשטע פאסאזשירן זענען געפארן 10טן יאנואר 1863.[2] 41,000 פאסאזשירן זענען געפארן יענעם טאג, מיט א באן יעדן 10 מינוט; ביז 1880 האט די פארברייטערטע "מעט" געפירט 40 מיליאן פאסאזשירן א יאר. נאכער האט מען געעפנט אנדערער ליניעס גאנץ גיך; אין 1884 איז דער "אינער קרייז" (היינט די קרייז ליניע) שוין געווען קאמפלעט.

אין אנהייב האט מען געגראבן די טונעלן דורך שנייד-און-דעק. די שיטה האט מען געניצט אויך פאר דער דיסטריקט ליניע, וועגן דעם האט געדארפט אראפרייסן אסאך הייזער צווישן פאדינגטאן און בייזוואטער.

שפעטער האט מען פארבעסערט די מעטאדן און מען האט געגראבן די שפעטערדיגע טונעלן פיל טיפער, וואס הייסט טיפער-ניווא טונעלירן.


אינפראסטרוקטור

רעדאַקטירן

דער אונטערגרונט באדינט 270 סטאנציעס.[5][6] פערצן אונטערגרונט סטאנציעס זענען אינדרויסן פון גרויס-לאנדאן, פון וואס פינעף (אמערשאם, טשאלפאנט און לאטימער, טשעשאם, און טשארליוואוד אויף דער מעטראפאליטאן ליניע, און עפינג אויף דער צענטראל ליניע), זענען נאך דעם M25 ארום-לאנדאן אויטאסטראד. פון די 32 לאנדאנער באראס, זעקס (בעקסלי, בראמלי, קרוידן, קינגסטאן, לואישעם און סאטן) זענען נישט באדינט פון דער אונטערגרונט נעצווערק, און העקני האט אלד סטריט און מאנאר הויז ממש ביים גרענעץ.

 

 
א נארדערן ליניע טיף-ניווא צוג קומט ארויס פון א טונעל צפון פון הענדאן צענטראל סטאנציע.

לאנדאנער אונטערגרונט'ס עלף ליניעס האבן אינגאנצן א לענג פון 402 ק״מ,[5] מיט דעם איז די דריטע לענגסטע מעטרא סיסטעם אין דער וועלט. די ליניעס זענען צוזאמענגעשטעלט פון דער אונטער-אייבערפלאך נעץ און די טיף-רערל ליניעס.[5] די קרייז, דיסטריקט, האמערסמיט און סיטי, און מעטראפאליטאן ליניעס פארמירן די אונטער-אייבערפלאך נעץ, מיט באן טונעלן גראד אונטערן אייבערפלאך און אן ענלעכע גרייס צו די ביי בריטישע הויפטליניעס. די האמערסמיט און סיטי און קרייז ליניעס טיילן סטאנציעס און דעם גרעסטן טייל פון די שינעס מיט אנאנד, ווי אויך מיט די מעטראפאליטאן און דיסטריקט ליניעס. די בעקערלו, צענטראל, יובילי, נארדערן, פיקאדילי, וויקטאריע און וואטערלו און סיטי ליניעס זענען טיף-ניווא רערלעך, מיט קלענערע צוגן וואס פארן אין צוויי קיילעכדיקע טונעלן (tubes) מיט א דיאמעטער בערך 3.56 מעטער.

דער אונטערגרונט האט 11 ליניעס. ביז 2007 איז געווען נאך א צוועלפֿטע ליניע, די מזרח לאנדאן ליניע, וואס איז געעפֿנט אום מיי 2010 אלס א טייל פון דער לאנדאנער איבערגרונט.

די פאלגנדע טאבעלע איז כולל יעדע ליניע; איר קאליר אויף די אפיציעלע טיוב מאפעס, ווען יעדע ליניע האט אנגעהויבן ארבעטן, דער ערשטער טייל געעפנט, זייט ווען די ליניע האט איר היינטיגן נאמען און וואסארא טונעל די ליניע ניצט.

לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס
נאמען מאפע קאליר ערשט
אפערירט
ערשטער אפטייל
געעפנט*
נאמען
זייט
טיף לענג
/ק"מ
לענג
/מיילן
סטאנציעס רייזעס
א יאר (000s)
דורכשניט רייזעס
א מייל (000s)
בעקערלו ליניע ברוין 1906 1906 1906 טיף ניווא 23.2 14.5 25 95,947 6,617
צענטראלע ליניע רויט 1900 1856 1900 טיף ניווא 74 46 49 183,582 3,990
קרייז ליניע געל 1884 1863 1949 אונטער איבערפלאך 22.5 14 27 68,485 4,892
דיסטריקט ליניע גרין 1868 1858 1868-1905 אונטער איבערפלאך 64 40 60 172,879 4,322
האמערסמיט און סיטי ליניע ראזע 1863 1858 1988 אונטער איבערפלאך 26.5 16.5 28 45,845 2,778
יוביליי ליניע גרא 1979 1879 1979 טיף ניווא 36.2 22.5 27 127,584 5,670
מעטראפאליטאן ליניע מאדזשענטא 1863 1863 1863 אונטער איבערפלאך 66.7 41.5 34 53,697 1,294
נארדערן ליניע שווארץ 1890 1867 1937 טיף ניווא 58 36 50 206,734 5,743
פיקאדילי ליניע טונקל בלוי 1906 1869 1906 טיף ניווא 71 44.3 52 176,177 3,977
וויקטאריע ליניע העל בלוי 1968 1968 1968 טיף ניווא 21 13.25 16 161,319 12,175
וואטערלו און סיטי ליניע טיל 1898 1898 1898 טיף ניווא 2.5 1.5 2 9,616 6,410
* וואו מ'ווייזט א יאר איידער דעם יאר "ערשט אפערירט", איז פשט אז די ליניע איז שוין געווען אפערירט אויף אן אנדער רוטע.

דער אונטערגרונט באדינט 270 סטאנציעס, כולל 14 סטאנציעס וואס זענען דרויסן פון גרויסלאנדאן.

 
זאנע 1 (צענטראלע זאנע) פון דעם אונטערגרונט און (DLR) נעצווערק אין א מער געטרייען אויסלייג ווי די באוואוסטע טיוב מאפע

שעה׳ן פון אפעראציע

רעדאַקטירן

אין די וואכנטעג ארבעט נישט דער אונטערגרונט 24 שעה'ן אין טאג ווייל רוב ליניעס האבן נאר צוויי גערעלסן (איינער אין יעדער ריכטונג) דעריבער דארף ער זיין פארמאכט ביינאכט אויף אויסהאלטונג. די ערשטע באנען הייבן אן בערך 5:00 פארטאגס ביז 1:00 נאך האלבער נאכט. פרייטיג צו נאכט, שבת צו נאכט און ניי יאר ביי נאכט ארבעטן יא עטלעכע ליניעס. די סוף וואך באדינונג ווערט גערופן ״נאכט טיוב״.


נאכט טיוב

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – נאכט טיוב
 
רוטע מאפע פון נאכט טיוב

אום 19טן אויגוסט 2016, האט לאנדאנער אונטערגרונט איינגעפירט א 24-שעה באדינונג אויף די וויקטאריע און צענטראל ליניעס, אנהייבנדיג פרייטיק אינדערפרי כסדר ביז זונטיק ביינאכט. אין נאוועמבער 2016 האט די נאכט טיוב אנגעהויבן אויך אויף די פיקאדילי, נארדערן און יובילי ליניעס. די באדינונג אפערירט:

  • צענטראל ליניע: צווישן אילינג בראדוויי און היינאלט אדורך ניובערי פארק און צווישן ווייט סיטי און לאוטאן. קיין באדינונג נישט אויפן מערב רייזליפ צווייג, צווישטן וואודפארד און היינאלט אדער צווישן לאוטאן און עפינג.
  • נארדערן ליניע: צווישן מארדן און עדזשווער / היי בארנעט אדורך טשארינג קראס. קיין באדינונג נישט אויף די מיל היל איסט און באנק צווייגן.
  • פיקאדילי ליניע: צווישן קאקפאסטערס אין היטרוי טערמינאלן 2, 3 און 5. קיין באדינונג נישט קיין טערמינאל 4 אדער צווישן אקטאן שטאט און אקסברידזש.
  • יובילי ליניע: גאנצע ליניע – סטראטפארד קיין סטאנמאר.
  • וויקטאריע ליניע: גאנצע ליניע – וואלטאמסטא צענטראל קיין בריקסטאן.


 
צוויי ערליי אונטערגרונט באנען: די גרעסערע אונטער-איבערפלאך באנען און די קלענערע טיוב באנען. א מעטראפאליטאנע ליניע A אינווענטאר באן (לינקס) יאגט איבער א פיקאדילי ליניע 1973 אינווענטאר באן (רעכטס) אין א בייגערעלס ביי ריינערס ליין.

שטחים אן דינסט

רעדאַקטירן

פון די 32 לאנדאנער באראס, זעקס זענען נישט באדינט פונעם אונטערגרונט. פינף דערפון זענען דרום פון דעם טעמז: בעקסלי, בראמלי, סאטן, קינגסטאן און קרוידאן. איינע פון די סיבות איז אז אין דרום לאנדאן איז שוין געווען א גרויסע נעצווערק פון עלעקטרישע באנען, וואס זענען א חשובער טייל פון די דרום'דיקע באנען אין ענגלאנד.

די זעקסטע בארא אן דינסט איז העקני, וואס איז אבער באדינט פונעם נייעם לאנדאנער איבערגרונט, א נייע באן סיסטעם וואס פירט די נארד לאנדאן ליניע און, זייט מיי 2010, די באנייטע מזרח לאנדאן ליניע.

אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען

רעדאַקטירן

דער אונטערגרונט באדינט היטרא ערפארט פאר נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע פליען; און סט פאנקראס אינטערנאציאנאל פאר אייראסטאר באנען אין דער אייראפעאישער יבשה.

ליפטן און עסקאלאטארן

רעדאַקטירן

אין אנהייב האט מען געקענט צוקומען צו די טיפע פעראנען אין א ליפט. אין 1911 האט מען אריינגעשטעלט דעם ערשטן עסקאלאטאר אויפן לאנדאנער אונטערגרונט אין ערלס קארט, צווישן די פיקאדילי ליניע פעראנען און די דיסטריקט ליניע פעראנען.

ארומפֿארן

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Transport for London (2021-08-23). Public Transport Journeys by Type of Transport. London Datastore.
  2. a b History. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם 2007-03-31.
  3. Key facts. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם 2007-03-31.
  4. מוסטער:Cite press release
  5. a b c About TfL – What we do – London Underground – Facts & figures. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם ‏17טן יוני 2014.
  6. About TfL – וואס טוען מיר – לאנדאנער אונטערגרונט. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם ‏4טן יוני 2014.