עפענען הויפטמעניו
קאארדינאטן: 51°31′48″N 0°07′30″W / 51.530°N 0.125°W / 51.530; -0.125

סט פאנקראס באן סטאנציע איז א הויפט סטאנציע וואס געפינט זיך אין דער סט פאנקראס געגנט פון צענטראל לאנדאן, צווישן דער נייער בריטישער ביבליאטעק צו מערב און קינגס קראס באן סטאנציע צו מזרח. באזונדערע שטחים אין דער סטאנציע זענען אפגעגעבן צו באנען קיין מזרח מידלאנדס, קענט, קאנטינענטאלע אייראפע (סט פאנקראס אינטערנאציאנאל) און דער אריבער-שטאט "טעמסלינק" ליניע (סט פאנקראס נידעריקער ניווא).

סט פאנקראס נאציאנאלע באן
בילד

סט פאנקראס סטאנציע פון יוסטאן ראד

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
Open street map central london.svg
 
סט פאנקראס
סט פאנקראס

לאקאציע פון סט פאנקראס אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: St Pancras International
יאר געעפנט: 1868
לאקאציע: סט פאנקראס
בארא: קאמדן
פארוואלטער: נעצווערק באן
אייראסטאר
צאל פעראנען: 15
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2014-15 ארויף 28.242 מיליאן
2015-16 ארויף 31.724 מיליאן
2016-17 ארויף 33.492 מיליאן
סט פאנקראס מידלאנד האטעל

די סטאנציע איז דער טערמינוס (סוף-סטאנציע) פון דער מידלאנד הויפטליניע פון לאנדאן אין די מזרח מידלאנדס שטעט לעסטער, נאטינגהאם, דארבי און שעפילד; דער היינטיקער אפעראטאר פון דער ליניע איז מזרח מידלאנדס באנען. זייט נאוועמבער 2007 איז זי אויך דער טערמינוס פון היי ספיד 1, די ליניע פון אייראסטאר'ס גיך דינסט קיין פאריז, בריסל און ליל. זײַט 2007 שטעלן זיך אפ אין דער סטאנציע פארשטאטישע באנען אויף דער טעמזלינק רוטע.

פאר די אלימפיקס וואס וועלן פארקומען אין לאנדאן אום 2012 וועט זײַן אויך א ליניע קיין סטראטפארד מיט גיכבאנען באזירט אויפן יאפאנישן שינקאנסען.

סט פאנקראס ווערט אפט גערופן דער ׳קאטעטראל פון די אייזנבאנען׳, און שליסט איין צוויי פון די שענסטע סטרוקטורן געבויט אין בריטאניע אין דער וויקטאריאנישער תקופה. דער הויפט באן געביידע, געקאנטשעט אין 1868 דורך דעם אינזשעניר וויליאם הענרי בארלא, איז געווען דער גרעסטער איין-שפאן סטרוקטור וואס מען האט געבויט ביז דעמאלסט. צו פארענט געפינט זיך סט פאנקראס קאמערן (פריער דער מידלאנד גראנד האטעל.


סט פאנקראס און קינגס קראס סטאנציעס זענען ביידע באדינט דורך קינגס קראס סט פאנקראס אונטערגרונט סטאנציע, וואס פארזארגט א פארבינדונג ווייטער דורך לאנדאנער אונטערגרונט באנען.

דינסטןרעדאַקטירן