טראנספארט פאר לאנדאן
טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) איז דער לאקאלע רעגירונג קערפער פאראנטווארטליך פאר רוב אספעקטן פון דער טראנספארט סיסטעם אין גרויסלאנדאן אין ענגלאנד. זיין ראלע איז דורכצופֿירן די טראנספארט סטראטעגיע און צו פארוואלטן מיט טראנספארט דינסטן איבער לאנדאן.[1]
פארוואלטונג
רעדאַקטירןTfL ווערט קאנטראלירט דורך א דירעקטאריום מיט מיטגלידער באשטימט דורכן בירגערמייסטער פון לאנדאן,[1] היינט באריס זשאנסאן, וואס איז דער פארזיצער פונעם דירעקטארשאפט. דער קאמיסיאנער פון טראנספארט פאר לאנדאן (פיטער הענדי זיין דעם 17טן יאנואר 2006) רעפארטירט צום דירעקטאריום און א פארוואלטונג גרופע מיט פונקציאנעלע פאראנטווארטליכקייטן.
ארגאניזאציע
רעדאַקטירןTfL איז ארגאניזירט דורך דריי דירעקטאראטן, וואס יעדער איינער איז פאראנטווארטלעך פאר א באזונדערער מאדע פון טראנספארט:
- לאנדאנער אונטערגרונט האט אחריות פאר דעם אונטערגרונט נעצווערק אין לאנדאן.
- לאנדאנער באן האט אחריות פאר:
- לאנדאנער איבערגרונט
- דאקלאנדס לייכטע באן, אן אויטאמאטיש לייכטע באן נעצווערק אין מזרח לאנדאן
- לאנדאנער טראמווייען, איבער די טראמווייען אין לאנדאן (היינט נאר איינער, טראמלינק אין דרום לאנדאן)
- אייבערפלאך טראנספארט, וואס איז כולל:
- לאנדאנער בוסן
- לאנדאנער טייך דינסטן, פאר טראנספארט אויפן טעמז
- לאנדאנער גאסן, וואס פארוואלטעט דאס סטראטעגישע נעצווערק פון שאסייען אין לאנדאן
- שווארצע טאקסיס און פריוואטע טאקסיס אין לאנדאן
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b Fact sheet: Transport for London (PDF). טראנספארט פאר לאנדאן (מיי 2008). דערגרייכט דעם 2008-09-06.